אַ סך רוסן האָבן ווייניק רעספּעקט פֿאַר ברײַטאָן־ביטש — אַ ראַיאָן אינעם דרומדיקן ברוקלין, וווּ איך האָב פֿאַרבראַכט די בעסטע יאָרן פֿון מײַן לעבן. אַ טייל קריטיקער קוקן אַראָפּ אויף די „נעבעכדיקע‟ תּושבֿים פֿון דער דאָזיקער געגנט; אַ טייל שעמען זיך מיט איר; די אַנדערע, אַזוי ווי מײַן משפּחה, באַציִען זיך צו דעם ראַיאָן מיט איראָניע. דער שרײַבערין לאַראַ וואַפּניאַר, אַ געבוירענע אין מאָסקווע, האָט גאַנץ פּשוט אויסגעדריקט די פֿאַרשפּרייטע נעגאַטיווע געפֿילן אין איר צושטײַער צו דער אַנטאָלאָגיע „ברוקלין איז געווען מײַנער‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם יאָר 2008; איר עסיי הייסט „איך האָב פֿײַנט ברײַטאָן‟.
מיט עטלעכע יאָר צוריק, בין איך געווען אויף אַ רוסישן מוזיק־פֿעסטיוואַל און געשמועסט מיט עטלעכע באָסטאָנער רוסיש־רעדער, שטייענדיק לעבן אַ שײַטער. איינער פֿון זיי האָט געפֿרעגט, וווּ איך וווין. ווען איך האָב דערקלערט, אַז אין ברוקלין, זענען די באָסטאָנער שיִער נישט געפֿאַלן פֿאַר געלעכטער. אַזאַ סצענע איז, מסתּמא, די בעסטע אילוסטראַציע פֿונעם דערמאָנטן פֿענאָמען.
הגם אַ סך מענטשן באַטראַכט ברײַטאָן ווי „אַ קליינע אָדעס‟, איז עס נישט אַ פּאַסיקע באַשרײַבונג. די געגנט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מאָדנע אַמאַלגאַמע פֿון אָדעס, רוסלאַנד, ניו־יאָרק און גיי ווייס וואָס נאָך. מײַקל אידאָוו האָט זיך גוט אויסגעדריקט אינעם זשורנאַל „ניו־יאָרק‟: „ס׳איז אַ רעפּרעזענטאַציע פֿון דעם, ווי אַזוי די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט, ווי די אַמעריקאַנער פֿאַנטאַזירן וועגן רוסלאַנד‟.
ברײַטאָן איז באַקאַנט מיטן שלעכטן סערוויס אין די אָרטיקע קראָמען און קאַפֿעען, שמוציקע גאַסן און די באַנען, וואָס פֿאָרן אויף די בריקן איבער די קעפּ פֿון די פֿוסגייער. פֿונדעסטוועגן, ווען אַפֿילו די שאַרפֿסטע קריטיקער פֿונעם ראַיאָן ווילן פֿאַרזוכן די היימישע מיזרח־אייראָפּעיִשע דעליקאַטעסן, קומען זיי אַהין. נאָר דאָרטן קאָן מען געפֿינען די עכטע רוסישע הייסע בעדער מיט שוויץ־בראָנפֿן און „וועניקעס‟ — בעזעמער פֿון בערעזע־ אָדער דעמב־צווײַגלעך, מיט וועלכע מע שמײַסט זיך אַליין אויס אין באָד.
די קינדער, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין דער געגנט, באַציִען זיך צו איר אַ סך בעסער, ווי די אימיגראַנטן פֿונעם ערשטן דור, וועלכע באַטראַכטן ברײַטאָן ווי אַ קולטורעלע פּערווערסיע. הגם איך בין נישט אויפֿגעוואַקסן אין ברוקלין, האָבן מײַנע עלטערן זיך אַרײַנגעצויגן אין ברײַטאָן־ביטש, ווען איך בין געווען אַ 14־יאָריק מיידל. שפּעטער, נאָך אַ ריי וואַנדערונגען איבער אַנדערע געגנטן, האָט מײַן משפּחה זיך דאָרטן פֿעסט באַזעצט.
מײַנע חבֿרים זענען געווען אימיגראַנטן און קינדער פֿון אימיגראַנטן. מיר האָבן געשמועסט אויף ענגליש, אָבער געשאָלטן אויף רוסיש. אין אונדזערע אַמעריקאַנער היימען האָבן מיר געגעסן מיט די סאָוועטישע זילבערנע לעפֿלעך און גאָפּלעך, און געקוקט די רוסישע אַנימאַציע־פֿילמען אויסגעמישט מיט די ענגלישע. אין אונדזער לעבן זענען ביידע שפּראַכן געווען טיף צונויפֿגעפֿלאָכטן.
מײַן חבֿרטע אַביטל טשיזשיק, אַ יונגע זשורנאַליסטקע פֿון „האָרץ‟, וועלכע האָט זיך מיט אַ יאָר צוריק באַזעצט אין ברײַטאָן, האָט באַמערקט, אַז אַלץ מער יונגע אַמעריקאַנער ייִדן פֿון רוסישע משפּחות אינטערעסירן זיך אַקטיוו מיט דער סאָוועטישער קולטור. טשיזשיק אַליין איז געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע; אין איר קינדהייט, האָט זי נישט ליב געהאַט רוסיש, אָבער שפּעטער האָט זי זיך צו דער שפּראַך אומגעקערט.
אַזוי צי אַזוי, זעען מיר, אַז אין ברוקלין בליט איצט אַן אייגנאַרטיקע רוסישע קולטור, הגם איר צענטער איז לאַוו־דווקא ברײַטאָן. עס זענען פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי אָרטיקע ייִדישע רוסיש־רעדנדיקע אָרגאַניזאַציעס; און די אוניקאַלע מעלה פֿון ברײַטאָן־ביטש באַשטייט טאַקע אין דעם, וואָס ס׳איז נישט רוסלאַנד אָדער אַמעריקע, נאָר אַן אויסגעמישטע וועלט פֿאַר זיך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.