ריאָ־דע־זשאַנעראָ באַקומט איר ערשטן ערובֿ

Rio De Janeiro Launches Its First Eruv


פֿון ייִט״אַ

Published May 04, 2014, issue of May 23, 2014.

די ייִדישע קהילה אין ריאָ־דע־זשאַנעראָ, בראַזיל, האָט אויפֿגעשטעלט איר ערשטן עירובֿ, און דערבײַ דערמעגלעכט פֿרומע ייִדן אַרויסצוטראָגן זאַכן פֿון דער שטוב שבת.

דער נײַער עירובֿ אין קאָפּאַקאַבאַנאַ און איפּאַנימאַ — צוויי געגנטן באַרימט פֿאַר זייערע פּלאַזשעס — איז באַשטעטיקט געוואָרן סוף־אַפּריל דורך „כּולל ריאָ‟, אַ ישיבֿה, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט 12 יאָר צוריק.

דער נײַער עירובֿ ציט זיך פֿיר מײַל פּאַזע דעם ברעג.

„איך באַשטעטיק, אַז איך האָב בודק געווען דעם גאַנצן עירובֿ פֿון איפּאַנימאַ און קאפּאַקאַבאַנאַ, און עדות געווען, אַז מע האָט עס אויפֿגעשטעלט על־פּי־דין, און מע מעג איצט טראָגן זאַכן שבת אין די גרענעצן,‟ האָט הרבֿ שמואל האַוולין, דער הויפּט פֿון „אוהל יוסף כּולל פֿון סאַאָ־פּאַאָלאָ‟, דערקלערט אין אַן עפֿנטלעכן בריוו אויף דער אינטערנעץ, דעם 25סטן אַפּריל.

אַן עירובֿ איז אַ סימבאָלישע גרענעץ, וואָס פֿאַרוואַנדלט אַן עפֿנטלעך אָרט אין אַ פּריוואַטן שטח. ייִדן וואָס היטן די הלכה טאָרן שבת נישט טראָגן זאַכן, מחוץ דער שטוב אָן אַן עירובֿ. אין די ערטער, וווּ עס געפֿינט זיך נישט קיין עירובֿ, זענען די משפּחות, בפֿרט די מיט קליינע קינדער, אָפֿט מאָל טאַקע פֿאַרשפּאַרט אין שטוב.

כּדי אַן עירובֿ זאָל באַצייכנט ווערן פֿאַר כּשר, האָט דער פּערסאָנאַל פֿונעם כּולל געדאַרפֿט באַווײַזן, אַז דער ראַיאָן אינעם עירובֿ איז קלאָר אָפּגעזינדערט פֿונעם אַרום. אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס פּובליקירט פֿון „כּולל ריאָ‟, זעט מען, ווי די ישיבֿה־בחורים און לערער ניצן אַ קראַן אויסצוציִען די שטריקן, וואָס צייכענען אָפּ די עירובֿ־גרענעצן, פֿון איין עלעקטרישן סלופּ צום צווייטן. זיי האָבן אָבער אויך אויסגעניצט געוויסע נאַטירלעכע שטריכן פֿון דער לאַנדשאַפֿט פֿאַר גרענעצן ווי, למשל, די בערג און דעם ברעג־ים.

בערך 40,000 ייִדן וווינען אין ריאָ־דע־זשאַנעראָ.