דער מאָנאַש־אוניווערסיטעט הייסט נאָכן אויסטראַלישן ייִדישן גענעראַל סער דזשאָן מאָנאַש, וואָס האָט געפֿירט די אויסטראַלישע אַרמיי בעתן צווייטן טייל פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, און וואָס האָט געדינט ווי דער ערשטער פּרעזידענט פֿונעם ציוניסטישן ראַט פֿון אויסטראַליע. די קאַטעדרע פֿאַר ייִדישע שטודיעס אינעם אוניווערסיטעט, וווּ עס פֿאַרשרײַבן זיך כּמעט טויזנט סטודענטן יעדעס יאָר, הייסט „דער אויסטראַלישער צענטער פֿאַר ייִדישער ציוויליזאַציע‟. זײַן ציל איז צו געפֿינען לייזונגען צו די קריטישסטע פּראָבלעמען, וועלכע האָבן אַ שײַכות צום לייזן קאָנפֿליקטן, מענטשן-רעכט, געזעלשאַפֿטלעכער צוזאַמענאַרבעט און פֿאַרשטענדעניש צווישן רעליגיעס.
דער דירעקטאָר פֿון דער קאַטעדרע, ד”ר מאַרק בייקער, אַליין אַ היסטאָריקער, איז דער לעקטאָר אין ייִדישע שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון דזשייקאָב קראָנהיל. פּונקט אַזוי ווי דאָס רובֿ זײַנע מיטאַרבעטער, איז ער געבוירן געוואָרן אין מעלבורן. די אַנדערע מיטאַרבעטער זײַנען געקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מדינת-ישׂראל. קורסן אויף דער קאַטעדרע נעמען אַרום די פֿאַרשידענע טעמעס: ייִדישע שטודיעס; באַציִונגען צווישן די רעליגיעס; שטודיעס וועגן מדינת-ישׂראל און דעם מיטלען-מיזרח; וועגן דעם חורבן און גענאָציד בכלל; ייִדישע שפּראַך און קולטור, און לשון־קודש (נאָר פֿאַר אָנהייבער). פֿאָרש-פּראָיעקטן בײַ דער קאַטעדרע נעמען אַרום די שארית־הפּליטה אין אויסטראַליע, די ייִדישע קהילה און געזעלשאַפֿטלעכע צוזאַמענאַרבעט.
די קאַטעדרע פֿאַרבעט פֿאָרשער קיין אויסטראַליע, כּדי זיי זאָלן זיך טיילן מיט זייער אַרבעט סײַ מיט די מיטאַרבעטער, סײַ מיט די סטודענטן און סײַ מיט דער קהילה. די „קראָנהיל־פֿונדאַציע‟ ברענגט פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור קיין אויסטראַליע יעדעס יאָר. הײַיאָר אין חודש מײַ וועט פּראָפֿ’ דזשעפֿרי שאַנדלער (ראָטגערס אוניוועריסטעט) רעדן וועגן וויזיעס פֿונעם פֿאַר-מלחמהדיקן ייִדישן לעבן, וועגן דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע און דעם חורבן.
דער שרײַבער און זשורנאַליסט אַרי שבֿיט וועט רעדן וועגן זײַן בוך „מײַן צוגעזאָגט לאַנד‟. צווישן די פֿאַרבעטענע געסט זײַנען דאָ: ד”ר חנה נאָריך (אוניווערסיטעט פֿון מישיגען), וואָס וועט רעדן וועגן איבערזעצן ייִדישע ליטעראַטור; ד”ר פּיטער ביינאַרט (שטאָטישער אוניווערסיטעט פֿון ניו-יאָרק); דער פֿילאָסאָף יוסי קלײַן הלוי, פּראָפֿ’ איימי-דזשיל לעווין און פראָפֿ’ סטיווען זיפּערשטיין (סטאַנפֿאָרד אוניווערסיטעט). די קאַטעדרע וועט אין חודש אויגוסט אָנפֿירן מיט אַ סימפּאָזיום אויף דער טעמע „צוואַנציק יאָר נאָכן גענאָציד אין רואַנדע‟.
נאָך אַ פּראָיעקט פֿאַרנעמט זיך מיטן פֿירן סטודענטן אין אויסלאַנד, וווּ זיי קענען פֿאָרשן די טעמעס: „קאָנפֿליקט און גענאָציד‟ (באַזירט אויף רואַנדאַ און דרום־אַפֿריקע), „מלחמה און שלום‟ (ירושלים און תּל-אָבֿיבֿ), און די ענדגילטיקע רײַזע (אייראָפּע).
די מעלבורנער ייִדישע אינטערנעץ ראַדיאָ-סטאַנציע „דזשיי-אייר‟ קען איצט געהערט ווערן אויף „עף־עם‟ ראַדיאָ אין און אַרום די גרעסערע ייִדישע צענטערס אין שטאָט. עס זײַנען פֿאַראַן אוידיציעס אין ענגליש, העברעיִש און ייִדיש. דער אַדרעס איז 87.8 אָדער www.j-air.com.au.
דער ייִדישער קהילה-ראַט פֿון וויקטאָריע האָט אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם אונגאַרישן ייִדנטום, און די אײַנוווינער פֿון דער לאָדזשער געטאָ בײַ זײַן יערלעכער חורבן-אַזכּרה, וווּ עס זײַנען דערמאָנט געוואָרן די דאַטעס פֿון 70 יאָר נאָכן אונגאַרישן חורבן און נאָך דער ליקווידאַציע פֿון דער לאָדזשער געטאָ, אין 1944. 565 טויזנט פֿון אַן ערך 800 טויזנט ייִדן, וועלכע האָבן געוווינט אין אונגאַרן פֿאַרן חורבן, זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן צווישן מאַרץ 1944 און מײַ 1945.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.