די רעדאַקציע פֿון דער פֿרומער צײַטונג „המודיע‟ האָט געגעבן דעם חרדישן עולם אַן עצה אַרויסצוּווײַזן דרך־ארץ צו דער סירענע, מיט וועלכער עס הייבט זיך אָן דער ישׂראלדיקער יום־הזכּרון, הגם אַזאַ מינהג קומט אין סתּירה מיט דער פֿרומער טראַדיציע. די רעדאַקטאָרן האָבן דערקלערט, אַז ס׳איז וויכטיק אָפּצושטעלן אַלע עסקים און צו שטיין שטיל במשך פֿון דער צײַט, וואָס עס הילכט די סירענע, כּדי אויסצומײַדן די קעגנערשאַפֿט צו די פֿרומע מצד דעם וועלטלעכן ישׂראלדיקן עולם און דער פּרעסע.
במשך פֿון אַ סך יאָר, האָבן די חרדים דווקא איגנאָרירט די הזכּרה־סירענע. ווען מע דערהערט זי אינעם גאַנצן לאַנד, שטייען די ישׂראלים שטיל במשך פֿון צוויי מינוט, כּדי מזכּיר צו זײַן די אומגעקומענע סאָלדאַטן פֿון צה״ל און קרבנות פֿון טעראָריזם. דער חרדישער עולם פֿירט אָבער ווײַטער די עסקים אין דער דאָזיקע צײַט, אויפֿרעגנדיק די וועלטלעכע ישׂראלים מיט אַזאַ אויפֿפֿיר.
די וועבזײַט „ישׂראלדיקע נאַציאָנאַלע נײַעס‟ פֿונעם רעכטן „זיבעטן קאַנאַל‟ קריטיקירט כּסדר די הנגהות פֿון דעם נישט־ציוניסטישן חרדישן סעקטאָר. די דאָזיקע וועבזײַט האָט באַמערקט, אַז „המודיע‟, אַ פֿירנדיקע פֿרומע צײַטונג, האָט גערופֿן אירע לייענער זיך אָפּצושטעלן אויף דער גאַס אָדער בלײַבן אין דער היים, ווען עס הילכט די סירענע, הגם „לויט אונדזער השקפֿה זאָל מען נישט נאָכמאַכן די צערעמאָניעס פֿון די אומות־העולם‟. די רעדאַקציע האָט דערקלערט, אַז הגם פֿון דער פֿרומער פּערספּעקטיוו בלײַבט די סירענע בעצם אַ פֿרעמדע הנהגה, זאָל מען זיך צו איר באַציִען מיט דרך־ארץ, כּדי „נישט צו העלפֿן די, וואָס זענען מחלל שם־שמים‟.
„המודיע‟ האָט צוגעגעבן, אַז די וועלטלעכע פּרעסע האָט געדאַרפֿט דערקלערן, נישט סתּם אָנפֿאַלן אויף די פֿרומע, אַז אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט איז מען אויך מזכּיר די אומגעקומענע, אָבער אויף אַנדערע אופֿנים: מע לערנט די משניות, מע זאָגט תּהילים, מע צינדט אָן די ליכט און מע דאַוונט. די רעדאַקציע האָט באַטאָנט, אַז אַזוי צי אַזוי, מוזן די חרדים זיך באַציִען מיט דרך־ארץ צום אָנדענק פֿון די אומגעקומענע.
נישט אַלע חרדים לייענען „המודיע‟ און הערן זיך צו צו די מיינונגען פֿון דער דאָזיקער צײַטונג. די רעדאַקציע האָט געשילדערט די, וואָס ווילן נישט פֿאָלגן איר עצה און איגנאָרירן ווײַטער דעם יום־הזכּרון, ווי „מאַרגינאַלע גרופּעס‟, וואָס ציִען צו דעם אויפֿמערק פֿון דער „פֿײַנטלעכער מעדיע‟. אויף אַ גרויסן טייל פֿונעם חרדישן עולם האָט אָבער די דאָזיקע צײַטונג אַן ערנסטע השפּעה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.