טעראָריסטן: געפֿאַר פֿאַר זשורנאַליסטן

Terrorists Pose Danger for Journalists

די דרײַ פֿראַנצייזישע זשורנאַליסטן, וואָס זענען נישט לאַנג צוריק באַפֿרײַט געוואָרן נאָך כּמעט 10 חדשים געפֿאַנגענשאַפֿט אין סיריע
Getty Images
די דרײַ פֿראַנצייזישע זשורנאַליסטן, וואָס זענען נישט לאַנג צוריק באַפֿרײַט געוואָרן נאָך כּמעט 10 חדשים געפֿאַנגענשאַפֿט אין סיריע

פֿון שבֿע כּהן

Published May 06, 2014, issue of May 23, 2014.

דעם 3טן מײַ האָט מען איבער דער וועלט אָפּגעמערקט דעם „טאָג פֿון דרוק־פֿרײַהייט‟. אין שײַכות מיט דעם האָט די אָרגאַניזאַציע „רעפּאָרטערס אָן גרענעצן‟ אָפּגעדרוקט איר יערלעכן באַריכט, אַן איבערזיכט פֿונעם מצבֿ פֿון פּרעסע־פֿרײַהייט איבער דער וועלט. ווי פֿאַראַיאָרן איז דער מיטל-מיזרח געווען „דער שטערן‟ פֿון דעם באַריכט; אינטערעסאַנט איז אָבער, אַז דער ערגסטער ראַיאָן, וואָס שייך אַזאַ פֿרײַהייט, האָבן הײַיאָר גראָד די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס געהאַט די השפּעה, און נישט די רעגירונגען גופֿא.

די געפֿאַר פֿאַר זשורנאַליסטן אין דעם ראַיאָן קומט אַרויס פֿון די איסלאַמיסטישע סוניטישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס קעמפֿט אין איראַק און סיריע קעגן באַשאַר אַל-אַסאַד, קעגן די שיִיִטן און אַנדערע איסלאַמיסטישע גרופּעס. אויך פֿאַראַיאָרן איז סיריע געווען אַרײַנגערעכנט ווי די שעדלעכסטע מדינה פֿאַר זשורנאַליסטן צוליב דעם געוואַלד אי מצד די אַסאַד־כּוחות, אי מצד די רעבעלן. כּמעט 130 רעפּאָרטערס זײַנען שוין דאָרט דערהרגעט געוואָרן, אָבער לויטן דאָקומענט, איז די מעשׂה מיט די איסלאַמיסטן רעלאַטיוו נײַ זינט דעם פֿרילינג 2013. סוף פֿונעם יאָר האָבן נאָך 20 זשורנאַליסטן זיך געפֿונען אין די הענט פֿון די איסלאַמיסטן, און דער גורל פֿון נאָך 19 איז ביז הײַנט אומבאַוווּסט.

דער קאָנפֿליקט אין סיריע האָט אויך אַ השפּעה אויפֿן פֿרײַען דרוק־וואָרט בײַ אירע שכנים. די אָרגאַניזאַציע „איסלאַמיסטישע מדינה‟ הרגעט זשורנאַליסטן אויך אין איראַק, און עס קלאָר, אַז די שפּאַנונגען צווישן די סוניטן און שיִיִטן, וואָס איז נאָך מער געשטיגן צוליב סיריע, שפּילט אויך אַ ראָלע, אַז די געפֿאַר זאָל נאָך מער וואַקסן. די איראַקישע אויטאָריטעט, אָנשטאָט צו אַרעסטירן די מערדער פֿון זשורנאַליסטן, אַרעסטירן די זשורנאַליסטן, וועלכע אַנטפּלעקן פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט זאַכן, וואָס געפֿעלן די טעראָריסטן נישט. לבֿנון איז נישט ספּעציעל געפֿערלעך, אָבער צו זײַן דאָרט אַ רעפּאָרטער מיינט זיך צוּ פֿאַרנעמען נישט מיט זשורנאַליזם, נאָר מיט פּראָפּאַגאַנדע.

פּונקט ווי די טעראָריסטן אַטאַקירן זשורנאַליסטן, אַזוי איז די מורא פֿאַר טעראָריזם אַ גרויסער תּירוץ פֿאַר די רעזשימען אינעם ראַיאָן צו אַרעסטירן זשורנאַליסטן. אין יאָרדאַניע, למשל, האָט מען אײַנגעפֿירט אַ נײַ געזעץ, וואָס דערלאָזט די רעגירונג צו פֿאַרמאַכן נײַעס-וועבזײַטלעך, וועלכע באַקומען נישט קיין דערלויבעניש פֿון דער רעגירונג.

דעם פֿאַרגאַנגענעם יוני זענען פֿאַרמאַכט געוואָרן 300 וועבזײַטלעך, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די רעגירונג האָט צוגעזאָגט, אַז זי וועט זיך אָפּהאַלטן דאָס צו טאָן. קוּווייט האָט שוין אײַנגעזעצט זשורנאַליסטן אין תּפֿיסה, ווײַל זיי האָבן קריטיקירט אָדער דעם מלך, אָדער איסלאַם; אָבער אין 2013 האָט זי אָנגענומען אַ נײַ געזעץ, וואָס וועט באַשטראָפֿן אַזעלכע זשורנאַליסטן אויף 10 יאָר תּפֿיסה, און אויך צוגעגעבן אַ געלט-שטראָף פֿון אַרום איין מיליאָן דאָלאַר.

אין די מדינות פֿון דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟ איז דער מצבֿ פֿון פֿרײַהייט אויך נישט געוואָרן בעסער. אין טוניזיע, נוצט די „ענעכדאַ‟־פּאַרטיי אויס איר שליטה צו פֿאַרזיכערן, אַז אירע שטיצער זאָלן פֿירן די מעדיאַ-אויטאָריטעטן, און די טעלעוויזיע־ און ראַדיאָ־סטאַנציעס פֿון דער רעגירונג. די „מוסולמענישע ברודערשאַפֿט‟ האָט געטאָן דאָס זעלבע אין עגיפּטן ביז דער גענעראַל אַל-סיסי האָט איבערגענומען די מאַכט און פֿאַרבאָטן די „ברודערשאַפֿט‟. איצט אַרעסטירט ער די זשורנאַליסטן און פֿאַרפּײַניקט זיי. אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר זײַנען 5 רעפּאָרטערס דערהרגעט געוואָרן, און 80 פֿאַרכאַפּט אָדער דורך דער אַרמיי, אָדער דורך די פּראָ-מורסי־דעמאָנסטראַנטן.

צווישן 180 מדינות פֿאַרנעמט סיריע דעם נומער 177 וואָס שייך פֿרײַהייט פֿון דרוק; איראַן — 173; תּימן — 167; סאַודיע — 164; עגיפּטן — 159; איראַק — 153; יאָרדאַניע — 141; פּאַלעסטין — 138; ליביע — 137; מאַראָקאָ — 136, און טוניזיע — 133.

אין אַ בעסערן מצבֿ זײַנען מדינת־ישׂראל — 96, און לבֿנון — 106. די אָרגאַניזאַציע האָט קריטיקירט די צענזור אין ישׂראל, וואָס פֿאַרווערט זייער דאָס פֿאַרעפֿנטלעכן נײַעסן, וואָס קענען „גורם זײַן שאָדן פֿאַר דער מדינה־זיכערהייט‟.

צוליב דעם יושר מוז איך מודה זײַן, אַז איך קען זיך נישט קעגנשטעלן אַזאַ מין צענזור, ווײַל צווישן דער אינפֿאָרמאַציע וואָס ווערט צענזורירט, ווערט צו מאָל אָנגעוויזן פּינקטלעך, וווּ די טעראָריסטישע ראָקעטעס זײַנען געפֿאַלן. אַזאַ אינפֿאָרמאַטיווע „פּינקטלעכקייט‟, קאָן דינען די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס זיי זאָלן דערנאָך קענען מער מצליח זײַן און טרעפֿן אין זייערע צילן.

דער מיטל-מיזרח איז איינער פֿון די לעצטע ראַיאָנען אויף דער וועלט, וווּ קעניגן האָבן אַן אַבסאָלוטן אויטאָריטעט איבער זייערע מדינות. זיי, און די דיקטאַטאָרן, איז שטענדיק געווען קלאָר, פֿאַרוואָס מען דאַרף נישט האָבן קיין וואָרט־ אָדער פּרעסע־פֿרײַהייט אין מיטל-מיזרח; די איסלאַמיסטישע טעראָריסטן זײַנען נאָר אַ נײַער עלעמענט אין אָט דער אַלטער סיסטעם.