ס׳איז פּשוט ניט צו גלייבן, וויפֿל שׂינאה און, בכלל, מיאוסקייט האָט זיך אָנגעזאַמלט אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ניט צופֿעליק האָט ראָנאַלד רייגאַן בשעתּו גערעדט וועגן דער „אימפּעריע פֿון שלעכטס‟. ניט צופֿעליק זײַנען ייִדן, און ניט נאָר ייִדן, פֿון דאָרטן אַנטלאָפֿן, אַפֿילו אַזעלכע, וואָס האָבן, דאַכט זיך, דאָרטן גוט געלעבט. די קאָמוניסטישע תּקופֿה האָט איבערגעלאָזט אַ שוידערלעכע ירושה. אַ סבֿרא, אַז עס וועלן מוזן דורכגיין דורות ביז דער עולם וועט זיך דאָרטן סוף-כּל-סוף אויסמענטשלען. דער מצבֿ איז, בלי-ספֿק, בעסער אין די באַלטישע לענדער, וועלכע מע האָט גלײַך אַרײַנגענומען אין אייראָפּע; פֿירט זיך דאָרטן אויף די נאָך-סאָוועטישע קרענק ניט אַזוי געפֿערלעך, ווי מע זעט עס הײַנט אין רוסלאַנד און אין אוקראַיִנע, וווּ עס ברענט אין מענטשן אַ שרעקלעכער כּעס — ניט קלענער, אַ פּנים, וואָס ס‘האָט געפֿלאַקערט אין די 1990ער יאָרן אין די רעשטלעך פֿון יוגאָסלאַוויע.
די וואָס לייענען מײַנע אַרטיקלען ווייסן, אַז איך האָב קיין סוד ניט געמאַכט פֿון מײַנע אַנטיפּאַטיעס צו פּוטינען, צו פּוטיניזם און צו די לײַט, וועלכע פּריידיקן די דאָזיקע אַגרעסיווע פֿאָרעם פֿון שאָוויניזם אָדער, ריכטיקער — פֿאַשיזם. רוסלאַנד דעסטאַביליזירט די גאַנצע וועלט, ברענגט שווערע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע קאָפּווייטיקן; און דער המון איז דאָרטן אַזוי פֿאַרטשאַדעט פֿון זײַן כּעס, אַז זיי קלײַבן נחת פֿון דער אייגענער מיאוסקייט, פֿון דעם, וואָס די וועלט קערט זיך פֿון זיי אָפּ. מע נעמט עס אויף ווי אַ סימן פֿון שטאַרקייט.
נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט מען גלײַך ווי זיך אַליין געזאָגט — „גענוג!‟, און דערגרייכט אַ מין סטאַטוס-קוואָ, לויט וועלכן די ציוויליזירטע לענדער האָבן אויסגעמעקט פֿון זייער סדר-היום יעדע באַמיִונג צו בײַטן די עקזיסטירנדיקע מלוכה-גרענעצן. מע קען עס טאָן נאָר אויפֿן סמך פֿון אַ קאָנסענסוס, דורך דער „יו־ען‟. דערפֿאַר איז אַזוי שווער אָנגעקומען דער ענין פֿון קאָסאָוואָ. דאָך, איז די רייד פֿון דעסטוועגן געגאַנגען ניט וועגן אַנעקסירן די טעריטאָריע, נאָר צו אָנערקענען איר אומאָפּהענגיקייט.
רוסלאַנד האָט אויך ביז לעצטנס געמאַכט אַן אָנשטעל, אַז אין מאָסקווע טראַכט מען ניט וועגן פֿאַרכאַפּן נײַע טעריטאָריעס. אַפֿילו די כּמו-אומאָפּהענגיקע ברעקלעך פֿון גרוזיע און מאָלדאָווע, וועלכע וואָלטן יאָ געוואָלט זיך אַרײַנגיסן אין רוסלאַנד און זײַנען, אין תּוך אַרײַן, אונטער דעם רוסישן קאָנטראָל, בלײַבן נאָך אַלץ מחוץ די אָפֿיציעלע רוסישע גרענעצן.
איצט האָט רוסלאַנד אַראָפּגעריסן די מאַסקע פֿון איר פּנים און איז אַריבערגעטראָטן די „רויטע ליניע‟ בײַם אַנעקסירן קרים. דאָס איז ניט בלויז אַן אַגרעסיווער אַקט קעגן אוקראַיִנע, נאָר אויך אַ שפּײַ אין פּנים דער גאַנצער וועלט. פֿאַר וואָס האָט פּוטין עס אָפּגעטאָן? קיין קלאָרער ענטפֿער איז ניטאָ. אפֿשר האָט ער ניט געטראַכט, אַז די מערבֿדיקע וועלט וועט זיך קענען קאָנסאָלידירן און געמיינט, אַז זי וועט עס אַראָפּשלינגען, ווי זי האָט אַראָפּגעשלונגען די מלחמה מיט גרוזיע אין יאָר 2008. בפֿרט נאָך, אַז דעמאָלט האָט די גאַנצע מעשׂה אויסגעזען אַנדערש, ווײַל גרוזיע האָט פֿאַקטיש אַליין איניציִיִרט דעם קאָנפֿליקט.
הײַנט זעט שוין אויס די אַנעקסיע פֿון קרים ווי אַ פֿאַרגעלט זײַטל געשיכטע. די טעג גיסט זיך בלוט און, בכלל, קומען פֿאָר ווילדע געשעענישן אין די גרויסע און קליינע שטעט פֿון מיזרח- און דרום-אוקראַיִנע, וווּ צענדליקער און אפֿשר אַפֿילו הונדערטער טויזנטער תּושבֿים חלומען וועגן די „גוטע סאָוועטישע צײַטן‟, און זײַנען גרייט הרגענען אַ שכן, אויב ער וויל ניט צוריק אין די דאָזיקע גוטע צײַטן‟.
בינו-לבינו, בײַט זיך דאָס גאַנצע בילד; עס באַקומט נײַע, דער עיקר, בלוטיקע קאָלירן. הגם מײַן באַציִונג צו פּוטינס רעזשים האָט זיך לחלוטין ניט געביטן, סײַדן ווערט זי נאָך ערגער, רופֿט דער צד-שכּנגד בײַ מיר אַרויס אַלץ ווייניקער סימפּאַטיעס. דער גאַנצער ענין זעט אויס גלײַך ווי כאָפּטעס צעווילדעוועטע לײַט זײַנען ניט נאָר גרייט צערײַסן איינער דעם אַנדערן אויף שטיקער, אָבער טוען עס טאַקע. דאָס איז אומגעהײַער ווײַט פֿון דעם שאַרפֿן אידעאָלאָגישן קאָנפֿליקט, וואָס צעטיילט, אַ שטייגער, די אָנהענגער פֿון דעם טעלעוויזע-קאַנאַל „עמ-עס-ענ-בי-סי‟ און די אָנהענגער פֿון דעם „פֿאַקס‟-קאַנאַל. אין אוקראַיִנע האָט מען שוין אויפֿגעהערט צו קריגן זיך — מע הרגעט, מע פֿאַרברענט איינער דעם אַנדערן. אַזוי אַז זיי פֿאַרדינען מע זאָל זיי זאָגן מיט שעקספּירישע ווערטער: A plague on both your houses [אַ קרענק אויף ביידע צדדים]!
אויף דער דאָזיקער פֿאַרבלוטיקטער פֿאָן, וואָס איז, אַגבֿ, פֿאַרנעפּלט דורך דער פּראָפּאַגאַנדע פֿון ביידע זײַטן, בפֿרט פֿון דער רוסישער, זעט אויס אומגלויבלעך אומבאַהאָלפֿן די אוקראַיִנישע אַרמיי און פּאָליציי. אָפֿט מאָל העלפֿט די פּאָליציי דווקא די פּראָ-מאָסקווער כּוחות. און דער גאַנצער אוקראַיִנישער מלוכה-אַפּאַראַט פֿירט זיך צו מאָל אויף ממש אַמאַטאָריש. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דער דאָזיקער אַפּאַראַט האָט קיין שום השפּעה ניט אין די צעווילדעוועטע געגנטן פֿון לאַנד. צוריק גערעדט, איז עס אפֿשר ניט יושרדיק צו האָבן צו דער איצטיקער רעגירונג אַזעלכע טענות — אַזאַ שווערע ירושה האָבן זיי באַקומען פֿון די פֿריִערדיקע קיִעווער באַלעבאַטים, און נאָך מער, פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה.
וואָס איז די האָפֿענונג? קודם-כּל, איז די האָפֿענונג זייער אַ שוואַכע. דאָך, וועט אפֿשר זיך עפּעס בײַטן נאָך די פּרעזידענטישע וואַלן דעם 25סטן מײַ — אויב די וואַלן וועט מען בכלל קענען דורכפֿירן. עיקר שכחתי: אין ישׂראל האָבן זיך אויך געפֿונען צעדרייטע לײַט, וואָס רעדן וועגן עפּעס אַ באַטאַליאָן, וועלכן מע קלײַבט זיך שאַפֿן צו קעמפֿן אין אוקראַיִנע קעגן די „אוקראַיִניש פֿאַשיסטן‟. פֿריש, געזונט און משוגע!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.