אין דער נײַער מאַסיווער און פּרטימדיקער ביאָגראַפֿיע פֿון לויִ אַרמסטראָנג, דעם באַרימטן פּיאָניר פֿון דזשאַז־מוזיק, ווערט דערקלערט, ווי אַזוי ייִדישע השפּעות האָבן איבערגעלאָזט אַ מערקווירדיקן רושם אויפֿן דאָזיקן מוזיקאַנט.
דער מחבר, טאָמאַס בראַדערס, איז אַ מוזיקאָלאָג פֿונעם דיוק־אוניווערסיטעט. אין זײַן בוך, וואָס הייסט „לויִ אַרמסטראָנג, מײַסטער פֿון מאָדערניזם‟, דערציילט, אַז ווען דער צוקונפֿטיקער דזשאַז־טרומייטער און זינגער איז געווען אַ קליין ייִנגל, האָט די משפּחה קאַרנאָפֿסקי, ליטווישע ייִדן אין ניו־אָרלין, אַרויסגעוויזן גרויס דרך־ארץ און ליבשאַפֿט צו אים, און געהאָלפֿן אים צו אַנטוויקלען דעם מוזיקאַלישן טאַלאַנט. שפּעטער, איז זײַן פֿאַרוואַלטער במשך פֿון צענדליקער יאָר געווען דזשאָ גלייזער, אַ ייִד מיט מאַפֿיע־פֿאַרבינדונגען. אַחוץ דעם, האָבן די ייִדישע דאָקטוירים אָפֿט געראַטעוועט אים פֿון סכּנותדיקע קראַנקייטן.
אַרמסטראָנג איז געבוירן געוואָרן אין 1901, און כּסדר אַרויסגעגעבן מוזיק־רעקאָרדירונג פֿון יונגווײַז אָן כּמעט ביזן סאַמע טויט, 1971. אין דער היים האָט ער ליב געהאַט צו עסן מצות און געטראָגן אַ מגן־דוד. דער דזשאַז־פֿאָטאָגראַף ערב סניצער האָט באַמערקט, אַז דער מוזיקאַנט איז תּמיד געגאַנגען מיטן ייִדישן שטערן אויפֿן האַלדז. עס בלײַבט נישט קלאָר, ווער עס האָט אים געגעבן דעם דאָזיקן סוּוועניר במתּנה — קאַרנאָפֿסקי אָדער גלייזער.
דער מחבר פֿונעם בוך פֿאָקוסירט זיך נישט בלויז אויף די שעפֿערישע דערגרייכונגען פֿון אַרמסטראָנגן, נאָר אויך אויף אַזעלכע אַספּעקטן פֿון זײַן לעבן, וואָס זענען אין די אַנדערע ביאָגראַפֿיעס אויסגעמיטן. בײַם אָנהייב פֿון זײַן קאַריערע, איז אַרמסטראָנג געווען פֿאַרבונדן מיטן באַרימטן פֿאַרברעכער אַל קאַפּאָנע. אַרמסטראָנג האָט אָפֿענערהייט שטאָלצירט מיט זײַן געוווינטשאַפֿט צו מאַריכואַנע און לינקע ליבעס.
גאַרי צוקער, איינער פֿון אַרמסטראָנגס ייִדישע דאָקטוירים, האָט אים אינספּירירט מיטן ייִדישן וויגליד פֿון רוסלאַנד, וואָס דער מוזיקאַנט האָט שוין געהערט, מיט אַ סך יאָר פֿריִער, פֿון דער משפּחה קאַרנאָפֿסקי. דער מוזיקאַנט האָט כּסדר דעקלערט, אַז ער האָט זייער ליב ייִדן און גערופֿן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער צו נעמען דעם אַנטיסעמיטיזם אין באַטראַכט אין זייער קאַמף קעגן ראַסיזם.
אַ סך אַרמסטראָנגס לידער זענען פֿאַרבונדן מיט תּנ״כישע און ייִדישע טעמעס. זײַן חידושדיקע זינגערײַ מיט באַדײַטלאָזע קלאַנגיקע טראַפֿן אָן ווערטער דערמאָנט אין די חסידישע ניגונים. זײַן חבֿרטע פֿיבי דזשייקאָבס האָט איבערגעגעבן, אַז זי האָט אַמאָל געהערט דעם מוזיקאַנט דערציילן, אַז זײַן „ניגונדיקער‟ זינגערײַ־סטיל נעמט זיך טאַקע פֿונעם ייִדישן דאַוונען. דזשייקאָבס גיט צו, אַז כּדי מע זאָל נישט מיינען, אַז ער מאַכט חוזק פֿון ייִדן, האָט אַרמסטראָנג נישט געוואָלט רעדן וועגן דעם בפֿרהסיה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.