דעם 24סטן אַפּריל האָבן מיר אָפּגעמערקט דעם 100סטן געבורטסטאָג פֿון יאַן קאַרסקי, דער פּוילישער דיפּלאָמאַט און פֿרײַהייט־קעמפֿער.
אויף זײַן דענקמאָל אין דזשאָרזשטאַון אוניווערסיטעט שטייט געשריבן: „יאַן קאַרסקי (קאָזשעלעווסקי), דער שליח פֿון דער פֿרײַער פּוילישער רעגירונג צו דער וועלט און די ייִדישע תּפֿוצות. ער האָט באַריכטעט וועגן דער פֿאַרטיליקונג פֿון די ייִדן אין פּוילן, ווען ס‘איז נאָך געווען מעגלעך זי אָפּצושטעלן. חסיד־אומות־העולם, העלד פֿונעם פּוילישן פֿאָלק, אַ פּראָפֿעסאָר אין דזשאָרזשטאַון אוניווערסיטעט 1952־1992. אַן איידעלער מענטש, וועלכער האָט אונדז דערמאָנט, וואָס איז אַזוינס מענטשלעכקײט. אַ מענטש, וואָס האָט געקעמפֿט פֿאַר גערעכטיקײט.‟
דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע פֿאַרבעט דעם עולם אויף אַ ריי דאָקומענטאַר-פֿילמען וועגן דעם גרויסן פֿרײַנד פֿון ייִדישן פֿאָלק.
צווישן די פֿילמען געפֿינט זיך אַן אַנימאַציע־פֿילם מיטן טיטל MESSENGER FROM HELL. אַנימאַציע־פֿילמען זענען אפֿשר אַ מיטל צו פּאָפּולאַריזירן סיוזשעטן, וואָס מען לערנט נישט אין די שולן, און וואָס די יונגע מענטשן זענען צו פֿויל צו לייענען וועגן זיי אין ערנסטע געשיכטע־ביכער.
אַ שאָד נאָר, וואָס דער פֿילם, געשאַפֿן פֿון רפֿאל מעדאָף, איז פֿול מיט סטערעאָטיפּן. די קעמפֿער אין געטאָ זעען אויס ווי דעלעגאַטן אויף אַן אַמעריקאַנער רבנישער קאָנפֿערענץ — אַלע טראָגן היטעלעך און יאַרמולקעס, זיי רעדן אַלע מיט אַ קאָמישן, כּלומרשט ייִדישן אַקצענט, און קלינגען טעאַטראַליש-היסטעריש.
אין דער אמתן זענען אַלענמיטגלידער פֿון דער ייִדישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג אין געטאָ, כּמעט אָן אויסנאַם, נישט געווען פֿרום. גערעדט האָבן זיי אַ פּרעכטיקן פּויליש, אָפֿט מאָל בעסער ווי סתּם פּראָסטע פּאָליאַקן.
קיין שום רעזשיסאָר אויף דער וועלט פֿאַרלאַנגט נישט, אַז שעקספּירס האַמלעט זאָל רעדן מיט אַ קאָמישן דענישן אַקצענט. פֿון ייִדן, צום באַדויערן, מאַכט מען אָפֿטמאָל קאַריקאַטורן.
רישאַרד האָראָוויץ, דער וועלט-באַרימטער פֿאָטאָגראַף, אַ געבוירענער אין קראָקע, האָט באַקומען דעם טיטל „ערן-בירגער‟ פֿון זײַן היים-שטאָט.
האָראָוויץ איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1939 עטלעכע חדשים פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה. אין אַן עמאָציאָנעלער רעדע האָט ער דערציילט ווי ליב און טײַער איז אים די שטאָט קראָקע.
„איך האָב ליב צו גיין שפּאַצירן אין קאַזימיר, די ייִדישע געגנט אין דער אַלטשאָט, און זעצן זיך עסן אין אַ רעסטאָראַן בײַם מאַרק געשמאַקע ייִדישע מאכלים. קראָקע איז אַ מאַגישע שטאָט און זי וועט תּמיד בלײַבן אַ טייל פֿון מײַן לעבן,‟ האָט ער צוגעגעבן.
רישאַרד האָראָוויץ איז איינער פֿון די ייִנגסטע ניצול-געבליבענע פֿון אוישוויץ. ער איז געווען בלויז פֿינעף יאָר אַלט, ווען די רוסן האָבן באַפֿרײַט דעם לאַגער, וווּ ער האָט זיך געפֿונען מיט זײַנע עלטערן. די משפּחה האָראָוויץ איז געווען איינע פֿון די געציילטע ייִדישע משפּחות, וואָס האָבן זיך אומגעקערט קיין קראָקע נאָכן קריג. ווי אַ קינד איז ער געווען באַפֿרײַנדט מיט אַן אַנדער ייִדיש קינד, וואָס האָט איבערגעלעבט די מלחמה, און וואָס זײַן משפּחה האָט זיך אויך צוריקגעקערט קיין קראָקע — ראָמאַן פּאָלאַנסקי.
האָראָוויץ האָט געענדיקט די קונסט־אַקאַדעמיע און איז געווען באַזונדערש פֿאַראינטערעסירט אין דער קונסט פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע.
אין יאָר 1959 האָט ער עמיגרירט קיין אַמעריקע, וווּ ער האָט געמאַכט אַ לאַנגע און גלענצנדיקע קאַריערע, סײַ אין רעקלאַמע, סײַ אין קונסט-פֿאָטאָגראַפֿיע.
האָראָוויץ האָט אַ פֿרוי מיט צוויי קינדער. זײַן פֿרוי, אַנאַ באָגוש, שטאַמט אויך פֿון פּוילן און איז אַ זשורנאַליסטקע. במשך פֿון לאַנגע יאָרן האָט זי נישט געוווּסט, אַז זי איז, פּונקט ווי איר מאַן, אַ ייִדישקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.