טאַסמאַניע איז באַקאַנט ווי דאָס לאַנד פֿון קאָאַלאַ־בערן, קענגורוס, פּרעכטיקע פּלאַזשעס, קולינאַרישע פֿעסטיוואַלן, האָניק און ווײַן. ווייניק מענטשן אַסאָציִיִרן אָבער דעם דאָזיקן ראַיאָן מיט ייִדן.
טאַסמאַניע איז דער גרעסטער אויסטראַלישער אינדזל, פֿול מיט עקזאָטישע ביימער און אומגעוויינטלעכע שטעט. דאָרטן געפֿינען זיך אויך צוויי פֿון די עלטסטע שילן אין אויסטראַליע, וואָס איך האָב זיי באַזוכט בעת מײַן אַנומלטיקער נסיעה. ביידע האָבן זיך געעפֿנט אינעם יאָר 1845. אינעם יאָר 2003 איז אַרויס דאָס בוך A Few From Afar („אַ קליינע חבֿרה פֿון ווײַט אַוועק‟) פֿון פּיטער און ען עליאַס, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן די ייִדישע תּושבֿים אין דער טאַסמאַנישער שטאָט האָבאַרט. די דאָזיקע קליינע קהילה איז אָנגעקומען קיין אויסטראַליע פֿון ענגלאַנד. צוערשט, האָבן זיי אויפֿגעבויט אַן אומאָפֿיציעל „טעמפּל־הויז‟, און דערנאָך געעפֿנט אַ געהעריקע שיל און אַ קליינעם בית־עולם.
האָבאַרט, די הויפּטשטאָט פֿון טאַסמאַניע און די צווייט־עלטסטע שטאָט אין אויסטראַליע, איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1804 ווי אַ טורמע־קאָלאָניע. די שיל אויף דער אַרגײַל־גאַס שטייט לעבן דעם שטאָטישן געשעפֿט־צענטער, נישט ווײַט פֿונעם „סאַלאַמאַנקאַ־פּלאַץ‟, וווּ עס געפֿינען זיך אַ סך קאַפֿעען, רעסטאָראַנען און קונסט־גאַלעריעס.
איך האָב געפּרוּווט צו באַזוכן די שיל פּורים. אויף דער פֿאַרמאַכטער טיר איז געהאַנגען אַ צעטל מיט דער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם חודשלעכן עגאַליטאַרן מנין, און אַ קאָנטאַקט־טעלעפֿאָן. איך האָב אָנגעקלונגען און מיר האָבן אָפּגערעדט זיך צו טרעפֿן אין דער שיל דעם צווייטן טאָג.
דער בנין שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זעלטענעם מוסטער פֿון דער נעאָ־עגיפּטישער אַרכיטעקטור, באַצירט מיט אַלט־מיצרישע מאָטיוון. די צווייטע שיל, דעקאָרירט אינעם זעלבן סטיל, שטייט אין לאַנסעסטאָן, אויפֿן צפֿונדיקן ברעג פֿון טאַסמאַניע.
אַחוץ די געוויינטלעכע שיל־עלעמענטן, איז דאָרטן אָפּגעהיט געוואָרן אַן אומגעוויינטלעכער דעטאַל: ספּעציעלע בענקלעך פֿאַר פֿאַרמישפּטע ייִדישע אַרעסטאַנטן, אײַנגעשטעלט אויף איין זײַט בײַם באַלעמער. לעבן דער שיל שטייט דער מאַסיווער בנין פֿונעם געוועזענעם „טעמפּל־הויז‟, געעפֿנט אין 1825; זינט 1994 דינט ער ווי אַ פּאָליציי־ביוראָ. דער ייִדישער בית־עולם אין האָבאַרט איז דער עלטסטער אין אויסטראַליע, וואָס ווערט נאָך אַלץ באַנוצט. די ערשטע קבֿרים זענען פֿון די 1820ער יאָרן.
לאַנסעסטאָן, 120 מײַל פֿון האָבאַרט, איז אַן אַנדער היסטאָרישער צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן אין טאַסמאַניע. דאָס איז אויך איינע פֿון די עלטסטע אויסטראַלישע שטעט. די אַלטע שיל אויף דער גאַס סענט־דזשאָן ווערט פֿאַררעכנט ווי אַ נאַציאָנאַלער אַרכיטעקטור־אוצר. הײַנט וווינען אין דער שטאָט בלויז אַ קנאַפּער טוץ ייִדן. זיי פֿאַרזאַמלען זיך אָבער יעדן חודש אין דער שיל און פּראַווען דאָרטן די יום־טובֿים. נישט ווײַט פֿון דאָרטן געפֿינט זיך אַ קליינער ייִדישער בית־עולם.
פֿאַרשטייט זיך, זענען אין די דערמאָנטע שטעט, שוין אָפּגערעדט פֿון טאַסמאַניע בכלל, פֿאַראַן אַ סך מערקווירדיקייטן, וואָס האָבן נישט קיין שײַכות צו ייִדן. פֿונדעסטוועגן, איז כּדאַי צו וויסן, אַז דער אינדזל האָט אויך געשפּילט אַן אינטערעסאַנטע ראָלע אין דער ייִדישער געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.