טוניסער שיל וואַנדאַליזירט

Tunisia Synagogue Vandalized


Published May 07, 2014, issue of May 23, 2014.

דעם 4טן מײַ האָט פֿטו סוהײַל, אַן אַדוואָקאַט און מענטשנרעכט־אַקטיוויסט, וואָס פֿאַרטיידיקט די ייִדישע קהילה אין טוניס, איבערגעגעבן, אַז דעם 30סטן אַפּריל איז אין דער שטאָט ספֿאַקס וואַנדאַליזירט געוואָרן די שיל „בית א־ל‟. עמעצער האָט זיך אַרײַנגעריסן אַהין און צעוואַלגערט די סידורים און טליתים אויף דער ערד. סוהײַל גלייבט, אַז דער אינצידענט האָט געהאַט צו טאָן מיט אַנטיסעמיטיזם און באַטאָנט, אַז די אומבאַקאַנטע וואַנדאַלן זענען „איסלאַמישע פֿאַשיסטן‟.

דער אַקטיוויסט האָט איבערגעגעבן, אַז אַ 76־יאָריקער מיטגליד פֿון דער שיל, ר. פּערעז, האָט זיך באַקלאָגט, וואָס די אָנפֿאַלער האָבן אויך צעשעדיקט די ווענט און וואַנט־געמעלן. דער אַלטער מאַן האָט דערציילט, אַז ער האָט „זיך צעוויינט ווי אַ קינד‟, ווען ער האָט דערזען די רעזולטאַטן פֿונעם וואַנדאַליזם־אַקט. אויף דער וועבזײַט Dreuz.info האָט מען אַרויסגעשטעלט אַ ווידעאָ פֿון דעם, ווי אַזוי די שיל האָט אויסגעזען נאָכן אַטאַק.

סוהײַל האָט דערקלערט, אַז די כוליגאַנען זענען געווען, אויף וויפֿל מע ווייסט, אַ גרופּע פֿון צען תּלמידים פֿון אַ טעכנישער מיטל־שול, וועלכע האָבן אָנגעטאָן שוואַרצע קאָפּ־צודעקענישן און זיך אײַנגעבראָכן אינעם בנין. צום דריטן מאָל האָט די שיל, לויט זײַן מיינונג, געליטן פֿון „פּראָ־פּאַלעסטינער עלעמענטן‟. די פֿריִערדיקע אָנפֿאַלן זענען געשען אין אויגוסט 2011 און אין דעצעמבער 2012. איינמאָל האָט מען צוגעגנבֿעט פֿון „בית א־ל‟ די זילבערנע לײַכטער, וואָס האָבן געווויגן, בסך־הכּל, 120 פֿונט.

אין טוניס וווינען בערך 1,700 ייִדן. אין דער דערמאָנטער שיל דאַוונען בלויז אַ פּאָר צענדליק עלטערע לײַט. סוהײַל האָט באַמערקט, אַז זינט דער רעוואָלוציע פֿונעם יאָר 2011 זענען אינעם לאַנד אויסגעבראָכן אַ ריי אַנטיסעמיטישע אינצידענטן. די וועבזײַט פֿונעם טוניסער אינערן־מיניסטעריום, וווּ עס ווערט פֿאַרעפֿנטלעכט די אינפֿאָרמאַציע וועגן קרימינעלע מעשׂיות, האָט דערווײַל נישט מודיע געווען וועגן דעם אָנפֿאַל אויף דער שיל.