תּל־אָבֿיבֿ. — ווען משה פֿרידמאַן איז געוואָרן 31 יאָר אַלט, האָט ער געמאַכט אַ ראַדיקאַלן באַשלוס: ער פֿאַרלאָזט זײַנע שטודיעס און גרינדעט אַ טעכנאָלאָגישע פֿירמע.
פֿאַר וואָס ראַדיקאַל? ווײַל אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ ישׂראלים, וועלכע פֿאַרלאָזן די גראַדויִר־שול, כּדי צו אַרבעטן אינעם הויך־טעכנאָלאָגישן סעקטאָר, איז פֿרידמאַן אַ חרדישער ייִד, וועלכע לערנט זיך יאָרן לאַנג אין די חשובֿסטע ישיבֿות אין לאַנד.
פֿרידמאַן האָט זיך באַלד געפֿונען פֿאַרשטעקט צווישן צוויי וועלטן. „די סעקולערע אינוועסטירער האָבן זיך געקווענקלט צו פֿינאַנצירן מײַן ווידעאָ־רעדאַקטיר־פֿירמע, צוליב דעם ריזיקן קולטורעלן בלויז, און דעם אומצוטרוי, צווישן די סעקולערע און שטאַרק־פֿרומע ייִדן אין לאַנד,‟ האָט ער באַמערקט. גלײַכצײַטיק האָט ער אויך נישט דערציילט זײַנע קרובֿים, אַז ער האָט געגרינדעט אַ טעכנאָלאָגישע פֿירמע, אויס מורא, אַז זיי וועלן אים פֿאַרדאַמען דערפֿאַר.
די קשיא, ווי אַזוי אײַנצוגלידערן דעם חרדישן עולם אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט איז שוין פֿון לאַנג אַן אָנגעווייטיקטער ענין בײַ די ישׂראלדיקע פֿירער. ס׳רובֿ חרדישע מאַנסבילן דינען נישט אין מיליטער, ווי די אַנדערע ישׂראלדיקע ייִדן בײַ 18 יאָר. אַנשטאָט דעם לערנען זיי גאַנצע טעג אין דער ישיבֿה אָדער אין כּולל (אַ ישיבֿה פֿאַר חתונה־געהאַטע מענער), און לעבן פֿון די מלוכישע סובסידיעס — אַ זאַך, וואָס ווערט אַלץ מער קאָנטראָווערסאַל, ווײַל ס׳האַלט אין איין וואַקסן די חרדישע באַפֿעלקערונג אין לאַנד.
לויט דעם „טאַוב־צענטער פֿאַר שטודיעס וועגן געזעלשאַפֿטלעכער פּאָליטיק‟, האָבן ווייניקער ווי 50% פֿון די חרדישע מענער אין לאַנד געאַרבעט אין יאָר 2011.
זינט די סעקולערע פּאָליטיקער האָבן אָנגעהויבן פֿאָדערן, אַז די חרדים זאָלן „זיך טיילן מיטן עול‟, און דעם אָננעמען אַ נײַ געזעץ, וואָס פֿאָרעדט, אַז חרדים זאָלן אויך דינען אין מיליטער, האָבן די חרדישע פֿירער זיך פֿעסט אַנטקעגנגעשטעלט, באַשולדיקנדיק די רעגירונג אין פּרוּוון סעקולאַריזירן זייערע יונגע לײַט.
נישט געקוקט אויף די פּראָטעסטן, האָבן אַ צאָל חרדישע מענער לעצטנס שטילערהייט יאָ אָנגעהויבן צו אַרבעטן. אַ טייל פֿון זיי באַטראַכטן עס ווי אַ נייטיקייט, כּדי אויסצוהאַלטן זייערע משפּחות, אָבער אַנדערע האַלטן, אַז דאָס אײַנגלידערן די חרדישע מענער אין דער אַרבעטער־באַפֿעלקערונג קאָן פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן די חרדים און די אַנדערע ישׂראלים.
פֿרידמאַן איז פֿונעם צווייטן שניט. דרײַ יאָר נאָכן גרינדן זײַן ווידעאָ־פֿירמע, האָט ער געהאָלפֿן גרינדן אַ פּראָגראַם, וואָס שטעלט אָן חרדישע אַרבעטער אין ישׂראלדיקע טעכנאָלאָגישע פֿירמעס. די פּראָגראַם, וואָס הייסט „קמאטק‟ (קאַמאַטעק) און ווערט אָנגעפֿירט פֿון דעם ישׂראלדיקן ביוראָ פֿון דער ריזיקער טעלע־קאָמוניקאַציע־פֿירמע „סיסקאָ־סיסטעמס‟, האָט שוין געפֿונען אַרבעט פֿאַר 100 חרדים אין די פֿירמעס „גוגל‟ און „אינטעל‟.
אַ צווייטע אָרגאַניזאַציע, וואָס הייסט „קמח‟ און געפֿינט זיך אין ירושלים, האָט שוין געהאָלפֿן בערך 6,000 חרדים צו געפֿינען שטעלעס. הגם די חרדישע מענער קענען אָפֿט ווייניק ענגליש אָדער מאַטעמאַטיק, האַלטן די עצה־געבער אין „קמח‟, אַז די ישיבֿות גרייטן צו פּאַסיקע קאַנדידאַטן צו אַרבעטן אין אַ פֿירמע. דאָס לערנען גמרא מיט אַ חבֿרותא טרענירט די מענער צו אַרבעטן ווי אַ טייל פֿון אַ מאַנשאַפֿט; די לאַנגע שעהען אין אַ ישיבֿה לערנט זיי געדולד און התמדה. און צוליב דעם וואָס די חרדישע אַרבעטער האָבן געוויינטלעך אַ פֿרוי מיט קינדער, זענען זיי מער סטאַביל און ווייניקער גענייגט צו זוכן אַ בעסערע שטעלע בײַ אַ צווייטער פֿירמע, ווי ס׳טוען די סעקולערע יונגע לײַט. „די חרדים בלײַבן מער געטרײַ דער פֿירמע,‟ האָט באַמערקט משה פֿעדער, אַן עצה־געבער בײַ „קמח‟.
הײַנט לערנען אַ טייל חרדים סעקולערע שטודיעס אַפֿילו אין דער מיטלשול. אין דער ישיבֿה „כּפֿר זיתים‟, לעבן טבֿריה, לערנען זיך די בחורים אין דער פֿרי תּורה, און נאָך מיטאָג — אַ פֿאַך, ווי סטאָליערײַ אָדער עלעקטרישע אינזשענעריע. דער שולטאָג דויערט פֿון 8 אין דער פֿרי ביז 7 אין אָוונט.
„כּפֿר־זיתים‟ איז איינע פֿון פֿינף שולן, אָנגעפֿירט פֿון דער אָרגאַניזאַציע Israel Sci-Tech, וואָס באַמיט זיך אויסצושולן די מינאָריטעטן אין ישׂראל. בערך 500 חרדישע יונגע לײַט לערנען זיך אין די שולן. צבֿי פּלג, דער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, זאָגט, אַז די חרדישע קהילה שטעלט זיך נישט אַנטקעגן דער אָרגאַניזאַציע, ווײַל די תּלמידים זענען, בדרך־כּלל, ייִנגלעך וואָס האָבן סײַ־ווי שוועריקייטן בײַם לערנען זיך אין אַ טראַדיציאָנעלער ישיבֿה. „דאָס זענען בחורים וואָס דרייען זיך ממש אין די גאַסן,‟ האָט פּלג געזאָגט. „די סכּנה, אַז זיי וועלן אָנהייבן באַניצן זיך מיט נאַרקאָטיק, איז זייער הויך.‟
פֿרידמאַן האַלט, אַז די חרדישע וועלט איז הײַנט פֿאָרט מער פּאָזיטיוו־געשטימט צום געדאַנק, אַז אַ טייל חרדישע מענער אַרבעטן אין דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט. „לכתּחילה האָב איך נישט געוואָלט, מע זאָל וויסן, אַז איך האָב געגרינדעט אַ טעכנאָלאָגישע פֿירמע, אָבער איצט אַז איך אַרבעט מיט ׳קמאטק׳, איז מען צופֿרידן, וואָס איך העלף מענטשן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.