מיטוואָך, דעם 30סטן אַפּריל, האָט די הויפּט דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, „די קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן פֿון די הויפּט אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟ באַשלאָסן ניט אַרײַנצולאָזן די „פּראָ־ישׂראל, פּראָ־שלום‟ אָרגאַניזאַציע „דזשיי סטריט‟ (J-Street) אין איר קאָאַליציע. צוליב דעם וואָס די „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן‟ ווערט ברייט אָנערקענט ווי דער אָפֿיציעלער וואָרטזאָגער פֿונעם גאַנצן אַמעריקאַנעם ייִדנטום, און די אָרגאַניזאַציע, וואָס באַשליסט ווער עס קען גערעכנט ווערן פֿאַר אַן „אָפֿיציעלן טייל‟ פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן „עסטאַבלישמענט‟, האָט דער באַשלוס גורם געווען אַ ריזיקן טומל אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס.
די סיבה פֿאַרן אויפֿברויז באַשטייט צום טייל אין דעם, וואָס אַ סך אָנהענגער פֿון „דזשיי־סטריט‟ האָבן אויפֿגענומען דעם באַשלוס ניט בלויז ווי אַן אָפּזאָג פֿון דער אָרגאַניזאַציע אַליין, נאָר אויך ווי אַן אָפֿיציעלן פּסק־דין מצד דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, אַז זייערע פּערזענלעכע פּאָליטישע מיינונגען זענען טריף־פּסול. דער פֿאַקט, וואָס „דזשיי־סטריט‟ איז, לויט אַלע סמנים, מער פּאָפּולער צווישן די יונגע ייִדן ווי צווישן זייערע עלטערן, האָט צוגעגעבן דאָס געפֿיל, אַז ס׳האַנדלט זיך ניט בלויז פֿון אַ פּאָליטיטשן קאַמף, נאָר אויך פֿון אַ קאַמף צווישן די דורות. אַ סך פּראָמינענטע קאָמענטאַטאָרן האָבן דעם באַשלוס דערפֿאַר אָנגעצייכנט ווי אַ בולטן סימן פֿון נאָך אַ שפּאַלטונג צווישן די ייִדישע דורות, וואָס האַלט זיך אין איין פֿאַרגרעסערן.
***
„די קאָנפֿערענץ פֿון די פּרעזידענטן פֿון די הויפּט אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟ האָט מען לכתּחילה געגרינדט אין 1956 צוליב דעם פֿאַרלאַנג פֿונעם דעמאָלטיקן פּרעזידענט האַרי טרומאַן. טרומאַן האָט געוואָלט, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה זאָל האָבן אַ פֿאַראייניקטע דאַך־אָרגאַניזאַציע, וואָס זאָל רעפּרעזענטירן פֿאַר דער אַמעריקאַנער רעגירונג די בשותּפֿותדיקע אינטערעסן פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס שייך מדינת־ישׂראל און דער אַמעריקאַנער אויסלענדישער פּאָליטיק.
במשך פֿון די לעצטע 58 יאָר איז די „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן‟ געבליבן דאָס כּמעט־אָפֿיציעלע קול פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה בײַ דער אַמעריקאַנער רעגירונג. די 58 אָרגאַניזאַציעס, וואָס זענען אַ טייל פֿון דער קאָנפֿערענץ געניסן דערפֿאַר פֿון אַן אָפֿיציעלן פּרעסטיזש און לעגיטימקייט, וועלכע אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿאַרמאָגן ניט.
די אָפּשטימונג אַרײַנצולאָזן נײַע מיטגלידער אין דער „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן‟ רעכנט די שטימען פֿון יעדער מיטגליד־אָרגאַניזאַציע ווי איין שטים, ניט געקוקט אויף דעם, צי זי איז אַ ריזיקע אָרגאַניזאַציע מיט מיליאָנען מיטגלידער, ווי די רעפֿאָרמער און קאָנסערוואַטיווע רעליגיעזע באַוועגונגען, צי אַ קליינע אָרגאַניזאַציע מיט ווייניק מיטגלידער, אַזוי ווי דער אַמעריקאַנער צווײַג פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטישער פּאַרטיי „ליכּוד‟. נײַע מיטגלידער מוזן אויך באַשטעטיקט ווערן דורך אַ מערהייט פֿון 2/3 פֿון די מיטגליד־אָרגאַניזאַציעס.
אינעם פֿאַל פֿון „דזשיי־סטריט‟ האָבן 17 פֿון די מיטגליד־אָרגאַניזאַציעס געשטימט פֿאַר דעם, אַז מע זאָל „דזשיי־סטריט‟ אַרײַננעמען אין דער קאָאַליציע; 22 האָבן געשטימט קעגן דעם פֿאָרשלאָג, דרײַ האָבן באַשלאָסן ניט צו שטימען, און 8 זענען ניט געקומען אויף דער זיצונג.
וועלכע אָרגאַניזאַציעס האָבן געשטימט „פֿאַר‟ אָדער „קעגן‟ איז אָפֿיציעל פֿאַרבליבן אַ סוד. אַ פּאָר אָרגאַניזאַציעס האָבן אָבער געזאָגט פֿון פֿריִער, ווי אַזוי זיי וועלן שטימען. די „אַנטי־דעפֿעמאַציע ליגע‟, למשל, האָט, דערקלערט, אַז כאָטש זי איז ניט מסכּים מיט דער פּאָליטיק פֿון „דזשיי־סטריט‟, האַלט זי, אַז „דזשיי־סטריט‟ רעפּרעזענטירט אַ וויכטיקן טייל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה און דאַרף ווערן אַ מיטגליד פֿון דער קאָנפֿערענץ.
די רעאַקציע אויפֿן באַשלוס, אַז „דזשיי־סטריט‟ וועט ניט אַרײַנגענומען ווערן, איז געווען גאַנץ שאַרף. אַ טאָג נאָכן אָפּשטים האָט „דזשיי־סטריט‟ איראָניש „באַדאַנקט‟ די „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן‟ אין אַן אָפֿענעם בריוו פֿאַרן „קלאָר מאַכן סוף־קול־סוף קלאָר, אַז די ׳קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן‘ איז ניט קיין פֿאָרשטייער פֿונעם קול פֿון דער ייִדישער קהילה‟. ראַבינער ריק דזשייקאָבס, דער פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿאַר רעפֿאָרמער ייִדישקייט‟, האָט געזאָגט אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע: „ס׳איז קלאָר, אַז די ׳קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן׳, ווי זי עקזיסטירט איצט און ווי זי ווערט רעגירט, דינט ניט מער איר לעבנס־וויכטיקן שליחות פֿאָרצושטעלן אַ קאָלעקטיוו קול פֿון דער גאַנצער אַמעריקאַנער פּראָ־ישׂראלדיקער קהילה… מיר וועלן אפֿשר באַשליסן צו רעקאָמענדירן, מע זאָל ממשותדיק איבערמאַכן די אַרבעט פֿון דער קאָנפֿערענץ. מיר וועלן אפֿשר פּשוט באַשליסן צו פֿאַרלאָזן די קאָנפֿערענץ. אָבער וואָס איז זיכער: מיר וועלן ווײַטער ניט דערלאָזן, אויפֿצוהאַלטן דעם אָנשטעל, אַז די קאָנפֿערענץ רעפּרעזענטירט אָדער שפּיגלט אָפּ די מיינונגען פֿונעם גאַנצן אַמעריקאַנער ייִדנטום‟.
ראַבינער דזשייקאָבס דערקלערונג שטימט מיט דער ברייט־פֿאַרשפּרייטער נעגאַטיווער קריטיק פֿון דער „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידנעטן‟, אין אָנבליק פֿון איר באַשלוס איבער „דזשיי־סטריט‟: אַז דער פּראָצעס פֿון שטימען איז ניט געווען קיין דעמאָקראַטישער; אַז די אָרגאַניזאַציע רעדט ניט אין נאָמען פֿון אַלע אַמעריקאַנער ייִדן, און אַז דער אופֿן, ווי אַזוי די קאָנפֿערענץ ווערט רעגירט, איז אַ געהיימער פּראָצעס.
די אַלע טענות זענען, לויט מײַן מיינונג, הונדערט פּראָצענט ריכטיקע. אָבער ראַבײַ דזשייקאָבס דערקלערונג האָט אויך, אומוויליק, אַנטפּלעקט אַ גרעסערע פּראָבלעם מיט דער „קאָנפֿערענץ‟. די סיבה שטעקט אין דעם, אַז ניט אַלע אַמעריקאַנער ייִדן זענען „פּראָ־ישׂראל‟, ווי דער ראַבײַ באַצייכנט די מיטגלידער פֿון דער קאָנפֿערענץ, און צוליב דעם האָט די „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן‟ פֿריִער ניט באמת רעפּרעזענטירט די „מיינונגען פֿונעם גאַנצן אַמעריקאַנער ייִדנטום‟ ווי ראַבײַ דזשייקאָבס האָט געטענהט.
עס זענען אין דער אמתן דאָ כּלערליי מיינונגען וועגן מדינת־ישׂראל אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זענען ניט ציוניסטיש־געשטימט און אַ פּאָר, וואָס זענען אַפֿילו בכּיוון אַנטי־ציוניסטיש. כאָטש דער פֿאַקט געפֿעלט ניט אַ סך ייִדישע פֿירער, זענען אָט די אָרגאַניזאַציעס דווקא אויך אַ טייל פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום, און אַ רעפּערזענטיווע קערפּערשאַפֿט וואָלט זיי אויך געדאַרפֿט אַרײַננעמען אין באַטראַכט.
ווען די אַמעריקאַנער ייִדן טראַכטן וועגן די ניט־ציוניסטישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, דערמאָנט מען, געוויינטלעך „דאָס ייִדישע קול פֿאַר שלום‟ און אפֿשר „נטורי קרתּא‟. די סאַמע וויכטיקסטע ניט־ציוניסטישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זענען אָבער ניט די רעלאַטיוו קליינע אָרגאַניזאַציע „דאָס ייִדישע קול פֿאַר שלום‟ אָדער די גאָר קליינטישיקע חבֿרה „נטורי־קרתּאניקעס‟, נאָר דווקא די דאַך־אָרגאַניזאַציעס פֿון די ריזיקע חרדישע קהילות, וואָס וואַקסן ווי אויף הייוון.
שוין מיט 8 יאָר צוריק האָט מען איבערגעגעבן, אַז 468,000 אָדער 9.4 פּראָצענט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער באַפֿעלקערונג באַשטייט פֿון חרדים. הײַנט מוז שוין דער ציפֿער דערגרייכן כאָטש אַ האַלבן מיליאָן נפֿשות און 10 פּראָצענט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער באַפֿעלקערונג. ניט געקוקט אויף דעם, אָבער, וואָס די חרדישע קהילות ווערן אַלץ גרעסער אין אַמעריקע, געפֿינט מען ניט קיין שום חרדישע אָרגאַניזאַציע צווישן די מיטגלידער פֿון דער „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן‟. צי די סיבה דערפֿאַר איז, ווײַל די חרדישע ציבורס זענען, געוויינטלעך, ניט „פּראָ־ישׂראל‟, לויט די סטאַנדאַרטן פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟, צי די חרדישע קהילות ווילן בעסער מאַכן שבת פֿאַר זיך, בלײַבט דער פֿאַקט, אַז אַזעלכע, גאָר וויכטיקע אָרגאַניזאַציעס ווי „התאחדות הרבנים‟, „אַגודת־ישׂראל פֿון אַמעריקע‟, „שומרים‟ און „הצלה‟, האָבן ניט קיין דעה איבער די באַשלוסן פֿון דער משמעות־פֿולשטענדיקער „קאָנפֿערענץ.‟ די חרדישע אָרגאַניזאַציעס רעפּרעזענטירן ניט בלויז די אינטערעסן פֿון מער יחידים ווי ס׳רובֿ אָרגאַניזאַציעס אין דער פּרעסטיזשפֿולער קאָנפֿערענץ, נאָר זיי טוען אויך אַ סך מער חסד־אַרבעט לטבֿות זייערע מיטגלידער, ווי ס׳רובֿ אָרגאַניזאַציעס אין דער „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן‟.
כאָטש די „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן‟ איגנאָרירט זיי, ווערן די חרדישע און בפֿרט חסידישע אָרגאַניזאַציעס אַלץ מער אָנערקענט אין דער ברייטערער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. דעם ערשטן מײַ, למשל, איז הרבֿ משה־דוד נידערמאַן, דער פּרעזידענט פֿון „די פֿאַראײַניקטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון וויליאַמסבורג‟ (UJO) פֿאַרבעטן געוואָרן זיך צו טרעפֿן מיט פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, ווי אַן אָנערקענונג מצד דעם „ווײַסן הויז‟, אַז די סאַטמאַרער אָרגאַניזאַציע האָט געהאָלפֿן דער רעגירונג צו פֿאַרשרײַבן חסידים פֿאַרן רעגירונגס נײַעם געזונט־פּלאַן. דאָס הייסט, אַז כאָטש „די קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן‟ איז דער אָפֿיצילער ייִדישער פֿאָרשטייער פֿאַר דער אַמעריקאַנער רעגירונג, איז UJO מצליח געווען צו אַרבעטן דירעקט מיטן „ווײַסן הויז‟ אָן איר.
כאָטש מיר איז איצט, טאַקע אַ דאַנק דעם דורכפֿאַל מיט „דזשיי־סטריט‟, קלאָר ווי דער טאָג, אַז די „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן‟ איז אין גאַנצן אַן „אומרעפּרעזענטאַטיווער רעפּרעזעטאַנט‟ פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, האַלט איך ניט, אין קעגנזאַץ מיט ס׳רובֿ קאָמענטאַטאָרן, אַז אַזאַ דאַך־אָרגאַניזאַציע איז אַפֿילו נייטיק. נייטיק צי אומנייטיק, בלײַבט דער פֿאַקט, אַז וואָס גרעסערס וועט וואַקסן די צאָל חרדישע ייִדן, אַלץ ווייניקער רעלעוואַנט וועט דער „פֿולשטענדיקער ראַט‟ ווערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.