דער ערשטער מײַ, 2014. די דעמאָנסטראַציע אין ניו־יאָרק איז הײַיאָר געווען גאָר אַ שוואַכע; ס׳זעט אויס, אַז דער עולם האָט מורא געהאַט פֿאַרן מעגלעכן רעגן; מיט אַ טאָג פֿריִער, איז די שטאָט געווען ממש פֿאַרפֿלייצט; לעבן מײַן דירה האָט זיך צעגאָסן אַ גאַנצער טײַך כּמעט ביז די קני. דער ערשטער מײַ איז אָבער געווען אַ זוניקער.
אַ טייל בעלי־בתּישע מענטשן באַטראַכטן גאַסן־פּראָטעסטן ווי אַ פּרעלודיע צו אַ מסוכּנעם רעוואָלוציאָנערן „מבול‟, און האָבן אַפֿילו מורא צו שמועסן בכלל מיט די דעמאָנסטראַנטן. דאָס האָט מיר דערמאָנט אין אַ טשיקאַווע געפֿינס אויף דער באַקאַנטער וועבזײַט Hebrewbooks.org — בלי־שום־ספֿק, איינער פֿון די בעסטע ייִדישע אינטערנעץ־רעסורסן, וווּ מע קאָן אַראָפּלאָדן אומזיסט מער ווי 51,000 ספֿרים און כּלערליי אַנדערע מאַטעריאַלן, אַרײַנגערעכנט זעלטענע משׂכּילישע און וועלטלעכע ייִדישע ביכער. נישט לאַנג צוריק, האָב איך דאָרטן געטראָפֿן אַ בוך מיטן נאָמען „הימל־רעוואָלוציע‟, אַרויסגעגעבן אין וואַרשע, אינעם יאָר 1923.
דער מחבר, הרבֿ אליהו־דוד האַלפּערין, שרײַבט אין גאָר אַן אויסטערלישן סטיל; זײַן בוך זעט אויס ווי אַ זאַמלונג פֿון צעשויבערטע פּערזענטלעכע באַמערקונגען. די סאַמע ערשטע זײַט הייבט זיך אָן מיט אַ קליינעם עסיי, וואָס הייסט „אַן אַלגעמיינער סטרײַק‟. דער מחבר שרײַבט, אַז דער דור־המבול האָט געוואָלט מאַכן אַ רעוואָלוציע, אָבער דער רבונו־של־עולם האָט עס נישט געלאָזט. „דער באַשעפֿער, דער וועלט־פֿאַבריקאַנט, מיט אים סטרײַקט מען ניט‟. ווײַטער דערציילט ער אַ מעשׂה וועגן אַ גבֿיר, וואָס אין זײַן טיר האָט בײַנאַכט אָנגעקלונגען אַן אָרעמאַן, וועלכער האָט געטענהט, אַז זײַן משפּחה איז נאַקעט און הונגעריק. דער בעל־הבית האָט זיך אָפּגעזאָגט צו עפֿענען. גוואַלד, טענהט האַלפּערין, ווי קאָן מען האָבן אַזאַ משוגענע חוצפּה — צו בעטן אַ נדבֿה אינמיטן דער נאַכט בײַ אַזאַ פֿײַנעם ייִד? און פֿאַרוואָס זענען זײַנע לאַקייען (באַדינער) נישט צוגעקומען צו דער טיר? דער מחבר חזרט ווידער איבער, אַז „דער באַשעפֿער אָבער, דער וועלט־פֿאַבריקאַנט און אייגנטימער פֿון דער ערשטער וועלט־פֿירמע — זײַנע דינער שטרײַקן ניט‟.
אַזעלכע געדאַנקען האָב איך זיך נישט געריכט צו געפֿינען בײַ אַ מחבר, וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ תּלמיד־חכם. זאָל ער זײַן אַ סאָציאַליסט צי נישט, לייקנט ער דאָך אָפּ די יסודותדיקע ייִדישע ווערטן פֿון צדקה און חסד. דאָס שילדערן דעם אייבערשטן אַליין ווי אַ מוסטער פֿון אַ „געראָטענעם‟ אַלמעכטיקן קאַפּיטאַליסט שמעקט מיט אַ היפּשן שטיק עבֿודה־זרה.
להיפּוך צו האַלפּערינס טענות, האָבן אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט אַ גאַנצע ריי רבנים — אַרײַנגערעכנט אַ ריי באַרימטע וועלט־גאונים — דווקא יאָ געשטיצט פֿאַרשיידענע לינקע שיטות און באַוועגונגען. אַדרבה, האַלפּערינס בוך איז בעצם אַ ביטערער קלאָג קעגן די רעוואָלוציאָנעלע ווינטן, וואָס האָבן דעמאָלט געבלאָזן אויף דער ייִדישער גאַס.
ווען איך האָט איבערגעלייענט האַלפּערינס פֿאַרגלײַך, האָב איך באַמערקט, אַז כ׳האָב תּמיד באַטראַכט דעם מבול דווקא ווי אַ שטראָף פֿאַר קאַפּיטאַליזם. „ותּמלא האָרץ חמס‟ — און די וועלט האָט זיך אָנגעפֿילט מיט רויבערײַ. דער מדרש דערקלערט, אַז די מאַכטהאָבער פֿון יענער תּקופֿה האָבן געמיינט, אַז זיי מעגן באַרויבן און פֿאַרגוואַלדיקן די אָרעמע און שוואַכע; האָבן זיי מיט זייערע מעשׂים צעשאָקלט די סאַמע יסודות פֿון דער נאַטור און אַרויסגערופֿן אַ גלאָבאַלע קאַטאַסטראָפֿע.
לעצטנס, האָב איך געפֿונען אַ באַקאַנטן מחבר, אויך אויף „היברובוקס‟, וועלכער האָט טאַקע אָפּגעטײַטש די מעשׂה מיטן מבול אויף אַזאַ אופֿן: הרבֿ משה־אַבֿיגדור עמיאל (1882־1946), דער אַמאָליקער הויפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ. ס׳רובֿ זײַנע ווערק קאָן מען געפֿינען אין דער דאָזיקער אינטערנעץ־ביבליאָטעק.
אינעם יאָר 1922 — די זעלבע תּקופֿה, ווען האַלפּערין האָט געשילדערט דעם אייבערשטן ווי אַ פֿאַבריקאַנט — האָט עמיאל אַרויסגעגעבן דעם ערשטן חלק פֿון זײַן ספֿר „דרכּי משה — דרך הקודש‟. דאָרט דערקלערט ער, אַז דער מבול איז געווען אַ שטראָף פֿאַרן שאַפֿן אַ סיסטעם, וואָס דערמעגלעכט צו באַגנבֿענען די מענטשן דורך געזעצלעכע מיטלען.
די מענטשן פֿונעם דור־המבול האָבן געטראַכט, אַז זייער געזעלשאַפֿט איז אַ געזונטע, ווײַל דאָרטן נעמט מען דעם לעצטן גראָשן בײַ דעם אָרעמאַן אויף אַ „כּשרן‟ אופֿן, אָן קיין גראָבער דירעקטער רויבערײַ. דערפֿאַר איז יענער דור באַשטראָפֿט געוואָרן דווקא דורך אַ וואַסער־פֿאַרפֿלייצונג. וואַסער איז געזונט און פֿריש, ווען ס׳איז גלײַך פֿאַרשפּרייט אויף דער וועלט; ווען עס ווערט קאָנצענטרירט אין איין אָרט, קאָן עס ווערן גאַנץ טויטלעך. אין זײַן שפּעטערדיקן ספֿר, „דרשות אל עמי‟, האָט עמיאל בפֿירוש דערקלערט, אַז ער האָט געמיינט דערמיט קאַפּיטאַליזם, און אַז די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם איז בעצם אַן עבֿודה־זרה — אַ קולט פֿון געלט און מאַכט. כּדי זיך צו באַפֿרײַען, מוזן די מענטשן אַרויסוואַרפֿן זייערע „גאָלדענע און זילבערנע געצן‟.
עמיאל איז געווען אַ חידושדיקער גאון — אַ תּלמיד פֿון די גרעסטע ליטווישע רבנים און אַ מומחה אין פֿילאָסאָפֿיע און אַנדערע חכמות. ער איז געבוירן געוואָרן אינעם קליינעם שטעטל פּאָראָזאָוו, איצט ווײַסרוסלאַנד; געדינט בײַ 23 יאָר ווי אַ רבֿ און סווענטשיאַן, ליטע, און געגרינדעט דאָרטן אַ ישיבֿה; דערנאָך האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער רעליגיעז־ציוניסטישער באַוועגונג „מזרחי‟; געדינט ווי דער הויפּט־רבֿ און פּראָמינענטער קהילה־מנהיג אין אַנטווערפּן, בעלגיע; פֿון 1935 ביז דער פּטירה איז ער געווען דער הויפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ. ס׳קאָן זײַן, אַז דעם אומגעוויינטלעכן פֿאַמיליע־נאָמען האָט עס אויסגעקליבן צוליב זײַנע העברעיִסטיש־ציוניסטישע נטיות. צום באַדויערן, האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן אויסצוגעפֿינען, צי ס׳איז טאַקע געווען אַזוי.
אין זײַנע ווערק, באַהאַנדלט עמיאל כּסדר פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע פֿראַגעס. איינס פֿון זײַנע ווערק, „הצדק הסוציאלי והצדק המשפּטי והמוסרי שלנו‟, איז אינגאַנצן געווידמעט דער טעמע פֿון סאָציאַלן יושר. עמיאלס ספֿרים זענען אויך פֿול מיט פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען; צומאָל מישט ער אויס, למשל, דאָס חסידות־חב״ד מיט דער קאַנטיאַנער פֿילאָסאָפֿיע. בהסכּם מיט זײַן קענגערשאַפֿט צו נאַציאָנאַליזם, האָט ער געגלייבט אין דער סאָציאַלער גלײַכקייט פֿון ייִדן און נישט־ייִדן, מענער און פֿרויען, מענטשן מיט פֿאַרשיידענע דעות און לעבנס־שטייגערס, און אַ סך אָנגעשריבן וועגן דעם.
הגם עמיאל ווערט באַטראַכט ווי אַ פּראָמינענטער אידעאָלאָג פֿון דער רעליגיעז־ציוניסטישער באַוועגונג, איז ער נישט געווען אַ פּאָליטישער ציוניסט אינעם הײַנטיקן זין. נישט געקוקט אויף דער פֿאַרבינדונג מיט די מיזרחיסטן, האָט ער זיך באַצויגן מיט אַן אומקאָמפּראָמיסלעכער קעגנערשאַפֿט צו אַלע מינים נאַציאָנאַליזם, אַרײַנגערעכנט דעם ציוניסטישן. לויט זײַן מיינונג, איז נאַציאָנאַליזם דער ערגסטער מין עבֿודה־זרה, וואָס ברענגט גראָד צו שאָוויניזם, פֿאַשיזם און רציחה.
ס׳זעט אויס, אַז עמיאלס ציוניזם איז געווען פֿונעם קולטורעלן סאָרט — נעענטער צו מאַרטין בובערס שיטה. ער האָט געגלייבט, אַז ארץ־ישׂראל מוז ווערן אַ גרויסער צענטער פֿון ייִדישקייט, וווּ ייִדן און אַנדערע מענטשן זאָלן לעבן און אַרבעטן צוזאַמען בשלום. עמיאל האָט געשטיצט די ציוניסטישע פֿאָלק־שולן און אַנדערע נאַציאָנאַלע קולטור־פּראָיעקטן, אָבער געגלייבט, אַז „אינטערנאַציאָנאַליזם איז דער סאַמע יסוד פֿון ייִדישקייט‟ און אַז, נישט מער און נישט ווייניקער, „משה רבינו האָט געשאַפֿן דעם ערשטן וועלט־אינטערנאַציאָנאַל‟.
וואָס שײַך סאָציאַליזם, האָט עמיאל געהאַלטן, אַז די מאַרקסיסטיש־לעניניסטישער שיטה קאָן זײַן אַ ביסל בעסער, ווי קאַפּיטאַליזם. זי לײַדט אָבער פֿון טאָטאַליטאַרע נטיות און אַנטהאַלט אין זיך צוליב דעם אויך אַ שטיקל עבֿודה־זרה. דעם מלוכישן סאָציאַליזם פֿאַרגלײַכט ער מיטן דור־הפֿלגה — די בויער פֿונעם מגדל־בבֿל, וועלכע האָבן געפּרוּווט צו שאַפֿן אַ פֿאַראייניקטע דיסציפּלינירטע אימפּעריע.
עס באַקומט זיך, אַז די בעסטע פּאָליטישע סיסטעם וואָלט געווען, לויט עמיאלס מיינונג, אַן אַלטערנאַטיווער מין געזעלשאַפֿט, וווּ די אינדיווידועלע פֿרײַהייט פֿונעם יחיד ווערט קאָמבינירט מיט סאָציאַל־עקאָנאָמישער גלײַכקייט. דער ישׂראלדיקער פּראָפֿעסאָר אַמנון שאַפּיראָ האָט באַמערקט, אַז עמיאלס פּאָליטישע שיטה שטימט בעצם מיטן אַנאַרכיסטישן געדאַנקען־גאַנג. דער דערמאָנטער ספֿר וועגן דעם סאָציאַלן יושר איז טאַקע פֿול מיט אַנטי־מלוכישע לינקע געדאַנקען.
די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט דעם 6טן מײַ איבערגעגעבן, אַז דער מבול, וואָס איז אויסגעבראָכן מיט אַ וואָך פֿריִער און גורם געווען אַ סך היזק אין אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט, איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון די גלאָבאַלע עקאָלאָגישע צרות, וואָס זענען טאַקע פֿאַרבונדן מיט דער געברויך־קאָנקורענץ פֿונעם הײַנטיקן קאַפּיטאַליזם. אַזאַ דענקער, ווי עמיאל, וואָלט געקאָנט זאָגן, אַז די צעשעדיקטע עקאָלאָגיע אַליין האָט נישט געוואָלט וואַרטן ביזן ערשטן מײַ, און אָנגעהויבן איר אייגענעם פּראָטעסט מיט אַ טאָג פֿריִער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.