יצחק אַהרונאָוויטש, דער ישׂראלדיקער מיניסטער פֿון ציבור־זיכערהייט, האָט מיוואָך, דעם 7טן מײַ, געזאָגט, אַז די „תּג־מחיר‟־אָנפֿאַלער זענען טעראָריסטן, און די רעגירונג מוז זיי פֿאַרהאַלטן אונטער דעם אַדמיניסטראַטיוון אַרעסט, כּדי אָפּצושטעלן זייערע אַטאַקן. בעת אַן אויסעראָרדנטלעכער זיצונג, אָנגעפֿירט דורך דער יוסטיץ־מיניסטאָרין, ציפּי ליבֿני, האָט אַהרונאָוויטש באַטאָנט, אַז די אָרגאַניזאַציעס, וואָס פֿירן דורך די אַטאַקן לויטן פּרינציפּ פֿון „תּג־מחיר‟, דאַרפֿן פֿאַררעכנט ווערן ווי טעראָריסטישע. ליבֿני האָט צוגעגעבן, אַז די עקסטרעמיסטן באַפֿאַלן נישט בלויז די אַראַבער, נאָר אויך די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, און באַנוצן זיך מיט דער זעלבער רעטאָריק, ווי „כאַמאַס‟.
די אַדמיניסטראַטיווע אַרעסטן זענען אַ קאָנטראָווערסאַלער מיטל, וואָס ווערט אויסגענוצט, געוויינטלעך, קעגן די פּאַלעסטינער, פֿאַרדעכטיקט אין טעראָריזם; זיי ווערן פֿאַרהאַלטן במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, אָן קיין מישפּט און אָן קיין רעכט צו זען די פּרטים פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס מע האָט זיי אַרעסטירט. אַהרונאָוויטש האָט באַמערקט, אַז אַ קליינע צאָל ייִדישע עקסטרעם־רעכטע אַקטיוויסטן זענען שוין פֿריִער פֿאַרהאַלטן געוואָרן אונטערן אַדמיניסטראַטיוון אַרעסט. דער מיניסטער גלייבט אויך, אַז מע מעג אויסנוצן אַזאַ מיטל קעגן דער מאַפֿיע.
דער אויסדרוק „תּג־מחיר‟, וואָס מיינט אַ „פּרײַז־צייכן‟, איז לכתּחילה געווען פֿאַרבונדן מיט די יונגע רעכטע ייִדישע פֿונדאַמענטאַליסטן פֿון די ייִשובֿים אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים, וועלכע האָבן אַטאַקירט, דער עיקר, צופֿעליקע אַראַבער, ווי אויך די מעטשעטן און קריסטלעכע קלויסטערס, די ישׂראלדיקע אַרמיי־ און זיכערהייט־כּוחות, און לינקע אָרגאַניזאַציעס.
למשל, אין אַפּריל, האָבן אומבאַקאַנטע וואַנדאַלן אַטאַקירט דעם ביוראָ פֿון אַ ציין־דאָקטער, אַ דרוז פֿון דער שטאָט יקנעם אין גליל, און אָנגעשריבן אויף דער טיר דעם לאָזונג „טויט צו די אַראַבער‟. זעקס אַזעלכע אינצידענטן זענען געשען דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אין ירושלים.
אַזעלכע אַטאַקן האָבן זיך אָנגעהויבן אויף די שטחים, אָבער האָבן זיך לעצטנס אויך פֿאַרשפּרייט אינמיטן דער „גרינער ליניע‟. בעת דער זיצונג, האָט ליבֿני באַמערקט, אַז איין פֿרוי פֿונעם ייִשובֿ יצהר איז נישט לאַנג צוריק אַרעסטירט געוואָרן פֿאַרן רופֿן צו דערהרגענען די סאָלדאַטן פֿון צה״ל, כּדי צו באַשיצן די אומלעגאַלע אינפֿראַסטרוקטור פֿון די ייִשובֿניקעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.