אַ ניו־יאָרקער ייִדיש־צענטער

A New York Yiddish Cafe


פֿון לייזער בורקאָ

Published May 09, 2014, issue of June 06, 2014.

אַ גאַסט אויף אַ ווײַל זעט אויף אַ מײַל, זאָגט די וועלט. אָבער זי זאָגט אויך: דרײַ טעג איז מען אַ גאַסט, שפּעטער פֿאַלט מען צו לאַסט. דעריבער פּאַסט זיך, וואָס איך האָב לעצטנס באַזוכט דעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער אויף בלויז דרײַ טעג. דער עיקר, האָב איך זיך באַהאַלטן אין אַ שטילן ווינקל פֿון זייער שיינעם, געראַמען לייענזאַל, נאָר אין די הפֿסקות פֿון די קלאַסן בין איך אַרויס כאַפּן אַ שמועס מיט די סטודענטן און לערער.

זיצנדיק אַזוי, אַרומגערינגלט מיט ייִדישע ביכער, די ווענט באַהאָנגען מיט די בילדער פֿון באַרימטע בונדיסטן און ייִדישע שרײַבער, האָב איך זיך אָנגעהויבן פֿרעגן: „פֿאַר וואָס האָבן מיר דאָס ניט? אין ניו־יאָרק איז ניטאָ אַזאַ לייענזאַל‟. אַזוי איז מיר אויך אײַנגעפֿאַלן בשעת איך האָב געטרונקען קאַווע און געגעסן קיכלעך מיט די פּאַריזער ייִדישיסטן אינעם קליינעם קאַפֿע לעבן דעם לייענזאַל, אָדער ווען איך האָב געבלעטערט אין די זשורנאַלן און ביכער צו פֿאַרקויפֿן אויף די פּאָליצעס. וווּ איז אונדזער ייִדישער קאַפֿע, וווּ מען קען לייענען אַ ייִדישע צײַטונג און קויפֿן ייִדישע ביכער?

פֿרײַטיק־צו־נאַכטס בין איך געגאַנגען אין צענטער אויף אַ שבתדיקער סעודה, וווּ מע האָט געזונגען ייִדישע לידער און געמאַכט אַ לחיים אויפֿן אמת־פֿראַנצויזישן שטייגער — מיט רויטן ווײַן. איז ווײַטער אַזוי: פֿאַר וואָס האָבן מיר ניט קיין צענטער אַזאַ, וווּ מע קען פֿאַרברענגען אַ שבת אויף ייִדיש, אָבער אָן דעם גאַנצן פֿרומען קלאַפּער-געצײַג? אויף אַזעלכע סעודות וואָלט איך געקומען מיט פֿאַרגעניגן, אַפֿילו ווען דאָס עסן איז ניט פֿון פֿראַנצויזישער קוואַליטעט.

דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער גיט אַרויס אויסגאַבעס פֿון קלאַסישע ייִדישע טעקסטן מיט אַ פֿראַנצויזישער איבערזעצונג און מיט אַ וויסנשאַפֿטלעכן אַרײַנפֿיר אויף ביידע שפּראַכן. ניט לאַנג צוריק איז אַרויס אַזאַ אויסגאַבע פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס זאַמלונג „גרינער אַקוואַריום‟, לכּבֿוד דעם דיכטערס 100סטן געבורטסטאָג. וווּ איז די אַמעריקאַנער ייִדיש־אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט אַרויסגעבן אונדזערע קלאַסישע טעקסטן אויף ייִדיש אין וויסנשאַפֿטלעכע אויסגאַבעס? צום באַדויערן, איז זי ניטאָ.

מען קען טענהן, אַז די פֿראַנצויזישע ייִדישיסטן זײַנען קלענער אין צאָל, דערפֿאַר האָבן זיי געמוזט זיך פֿאַראייניקן, בשעת מיר, די אַמעריקאַנער ייִדישיסטן, האָבן דעם לוקסוס זיך צו צעטיילן אויף קליינע גרופּעס. אָבער אַ פּאָר בלאָק פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער געפֿינט זיך אַ צווייטער „מעדעם־צענטער‟, וווּ מע לערנט אויך ייִדיש און מע גיט אַרויס דעם זשורנאַל „ייִדישע העפֿטן‟. דאָס הייסט, די פֿראַנצויזן זײַנען אויך צעטיילט אויף גרופּעס, נאָר זיי קאָנצענטרירן זיך בעסער אויף די עיקר־זאַכן.

עס וואָלט באמת ניט געווען צו שווער צו שאַפֿן אַזאַ ייִדיש־צענטער אין ניו־יאָרק אויפֿן סמך פֿון דעם פּאַריזער. עס רעדט זיך וועגן אַ זאַל מיט גענוג אָרט פֿאַר לעקציעס און אַנדערע אונטערנעמונגען, אַ קליינעם קאַפֿע מיט ייִדישע זשורנאַלן צו לייענען, פּאָליצעס מיט אַלטע און נײַע ביכער צו פֿאַרקויפֿן. אַזאַ מין צענטער וואָלט מען שוין געקענט אײַנאָרדענען בײַם שלום־עליכם־צענטער אין די בראָנקס, אָדער בײַם אַרבעטער־רינג. אַפֿילו ווען דער דאָזיקער צענטער וואָלט געקענט זײַן אָפֿן נאָר עטלעכע שעה אַ וואָך, פֿאַר און נאָך אַן אונטערנעמונג, וואָלט ער געווען אַ גרויס געווינס פֿאַר אונדזער ניו־יאָרקער ייִדיש־וועלט.

דאָרט וואָלט מען געקענט טרינקען אַ קאַווע אין דער פֿרי און לייענען אונדזער „פֿאָרווערטס‟ — אָדער איינעם פֿון די אַנדערע ייִדישע זשורנאַלן, פֿרומע און פֿרײַע, וואָס וואָלטן געלעגן אויף די טישן, ווי אין אַן אייראָפּעיִשן קאַפֿע. פֿרישע, אָרגאַנישע גרינסן וואָלט מען סערווירט פֿון אונדזער „ייִדיש־פֿאַרם‟. די נײַע ביכער און ווידעאָס פֿון „פֿאָרווערטס‟, פֿון „ייִוואָ‟, פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟, און פֿון דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ וואָלטן געווען צו פֿאַרקויפֿן. איין מאָל אַ חודש וואָלט מען אָרגאַניזירט אַ ייִדישיסטישן שבת, אַרײַנגערעכנט בונדישע לידער און געשמאַקע ייִדיש־פֿאַרמערישע מאכלים. דאָרט וואָלטן זיך געטראָפֿן די זיצונגען, לייענקרײַזן, און זינגערײַען פֿון „יוגנטרוף‟ און פֿון די אַנדערע גרופּעס. און ווער ווייסט? אפֿשר וואָלט זיך דאָרט אויך געטראָפֿן אַ חבֿרה ייִדן צו לערנען אַ בלאַט גמרא אָדער הערן אַ שיעור אין חסידות — ניט נאָר אַ לעקציע וועגן שלום־עליכם.

אַזאַ ניו־יאָרקער ייִדיש־צענטער וואָלט געדאַרפֿט זײַן, און ס׳איז דאָ אַ כּלל, אַז ווען מע נייטיקט זיך אין עפּעס, ווערט עס, סוף־כּל־סוף, געשאַפֿן. ס׳איז אָבער אויך פֿאַראַן אַ צווייטער כּלל, אַז דאָס וואָס לייזער בורקאָ שרײַבט אין „פֿאָרווערטס‟ ווערט גלײַך פֿאַרגעסן און קיין מאָל ניט רעאַליזירט. דעריבער פֿאָדערט זיך, אַז אַנדערע מענטשן זאָלן זיך באַלד אָנכאַפּן אין דעם דאָזיקן פּלאַן און צולייגן אַ האַנט, כּדי אַזאַ פּלאַן זאָל מקוים ווערן במהרה בימינו, איידער משיח וועט קומען.