די טעג האָב איך דורכן „סקײַפּ‟ גערעדט מיט מײַנע קרובֿים, וואָס וווינען אין מיזרח-אוקראַיִנע. ביידע — זיי זײַנען תּושבֿים פֿון פֿאַרשיידענע שטעט — האָבן אָנגעהויבן אונדזער שמועס פֿון דעם, אַז איצט האָבן זיי, און אַלע אַרום זיי, מורא פֿאַר דעם 9טן מײַ, דעם „נצחון-טאָג‟, אײַנגעפֿירט נאָך אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
אַ מאָדנע זאַך שטעלן מיט זיך פֿאָר די ריטואַלן; זיי לאָזן זיך איבערצודרייען און אָנפֿילן מיט גאָר אַן אַנדער אינהאַלט. אַ מאָל, ווען איך בין געווען נאָך אַ קינד, ווי אויך שפּעטער, איז דער „נצחון-טאָג‟ געווען פֿאַר מיר אַ גרויסער יום-טובֿ, אפֿשר אַפֿילו דער גרעסטער. מײַן טאַטע, פֿון וועמען איך האָב איבערגענומען די סקעפּטישע באַציִונג צו אַלע ריטואַלן, פֿלעגט פֿון דעסטוועגן צוטשעפּען צום רעקל זײַנען מיליטערישע באַלוינונגען. דאָס זעלבע פֿלעגן טאָן מײַנע פֿעטער. מע איז געזעסן בײַם טיש, מיט כּלערליי מאכלים און, פֿאַרשטייט זיך, מיט בראָנפֿן. איך געדענק ניט, מע זאָל רעדן וועגן דער מלחמה. די סעודות האָבן געהאַט מער דעם טעם פֿון פֿאַרברענגען צוזאַמען אַן אָוונט, פֿון פֿרייען זיך פֿון דעם, וואָס מ׳איז געבליבן לעבן, מע האָט קינדער און אייניקלעך, פֿון וועלכע מע קען שעפּן נחת.
האָבן זיך מיר די נצחון-טעג פֿון מײַן יוגנט טאַקע פֿאַרגעדענקט ווי וואַרעמע טעג. ניט נאָר ווײַל אין מײַ איז אין אוקראיִנע בדרך-כּלל געווען אַ שיינער וועטער. דער עיקר, אַז די שטימונג איז געווען אַ וואַרעמע, ניט קיין בייזע. דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז בײַ די וועטעראַנען האָט זיך דעמאָלט צעברענט אַ וואַרעמע ליבע צום שׂונא פֿון דער מלחמה-צײַט. אָבער וועגן דעם האָט מען ניט גערעדט צי כּמעט ניט גערעדט. און קיין נײַע שׂונאים האָט מען ניט געזוכט. אפֿשר אידעאַליזיר איך יענע צײַטן, אָבער אַזוי האָבן זיי זיך פֿאַרגעדענקט.
אין די לעצטע יאָרן, בפֿרט זינט 2005, דעם 60סטן „נצחון-טאָג‟, האָבן די רוסישע פּראָפּאַגאַנדיסטן דעם „נצחון-טאָג‟ פֿאַרוואַנדלט אין גאָר עפּעס אַן אַנדער זאַך. באַזונדערס קלאָר איז עס געוואָרן הײַיאָר. קודם-כּל, צום יום-טובֿ הייבט אָן אין רוסלאַנד אַרבעטן אַ נײַ געזעץ, לויט וועלכן מע קען באַקומען ביז דרײַ יאָר תּפֿיסה פֿאַר „פֿאַרשפּרייטן אויסגעשפּראָכענע ליגנערײַען וועגן דער טעטיקייט פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה‟. מיט אַנדערע ווערטער, עס ווערט פֿאָרמולירט אַ מין הייליקער קאַנאָן פֿון דער סאָוועטישער געשיכטע, און יעדע באַמיִונג צו בײַטן עפּעס אַ פּרט אין דעם דאָזיקן קאַנאָן, וועט זײַן פֿאַרטײַטשט ווי אַ חילול-השם. בשעת-מעשׂה ווערט פֿאַקטיש פֿאַרהייליקט דער „פֿירער‟ — יאָסיף סטאַלין.
אין די 1990ער יאָרן האָבן נאָר 8 פּראָצענט רוסן זיך באַצויגן פּאָזיטיוו צו סטאַלינען. דאָס איז געווען אַ פּועל-יוצא פֿון לייענען און הערן וועגן סטאַלינס מעשׂים-רעים. די דאָזיקע טעמע איז דעמאָלט געווען איינע פֿון די צענטראַלע אין דער סאָוועטישער מעדיאַ, ליטעראַטור און קינאָ; אָבער שפּעטער האָט זיך דער מצבֿ גענומען בײַטן. אין יאָר 2003 האָבן שוין כּמעט אַ פֿערטל רוסן געלויבט סטאַלינען. אין 2008 איז די צאָל סטאַליניסטן געשטיגן ביז 53 פּראָצענט. און עס וואַקסט ווײַטער. איצט ווערט סטאַלין, בפֿרט ווי דער פֿירער אין די די מלחמה-יאָרן, אַ טייל פֿון דעם הייליקן קאַנאָן פֿון פּוטיניזם. קיין חידוש ניט, אַז די קאָמוניסטישע פּאַרטיי, אַ דירעקטער פּאָליטישער יורש פֿון סטאַליניזם, איז הײַנט איינע פֿון די גרעסטע פּאַרטייען אין רוסלאַנד.
אַ באַזונדערס ווילדער מינהג פֿון צוטשעפּען „געאָרגי-טאַשמעס‟ האָט זיך די לעצטע צײַט פֿאַרשפּרייט צווישן די רוסישע נאַציאָנאַליסטן, וועלכע האָבן איבערגעניצעוועט דעם „נצחון-טאָג‟ אין אַ טאָג פֿון שׂינאה צו אַלעמען, וועמען זיי ווילן אָנרופֿן „נאַציסטן‟ צי נאָך עפּעס אַזוינס. אין אַ היפּשער מאָס, האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט דעם טאָג אויך אין אַ יום-טובֿ פֿון שׂינאה צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן און צו מערבֿ-אייראָפּע. דווקא אָט די „געאָרגי-טאַשמעס‟ סימבאָליזירן מיט זיך דעם דאָזיקן נײַעם תּמצית. דערצו האָבן די טאַשמעס אַ גאַנץ קנאַפּן שײַכות צו דער צווייטער וועלט-מלחמה, ס‘איז מער אַ סימבאָל פֿון דער צאַרישער אַרמיי, ווען די געל-שוואַרצע קאָלירן — יאַקאָס אַסאָציִיִרט מיטן „הייליקן געאָרגי (דזשאָרדזש)‟ — זײַנען געווען אַ טייל פֿון די הויכע מיליטערישע באַלוינונגען. מײַן טאַטע ע”ה, וואָס האָט געהאַט זייער אַ גוטן געפֿיל צו הומאָר, וואָלט שוין געהאַט וואָס צו זאָגן וועגן אָט דער נײַער רוסיש-נאַציאָנאַליסטישער מאָדע.
איך וואָלט אפֿשר ניט געשריבן וועגן דער דאָזיקער מאָדע. צי דאַרף וועגן דעם דאגהן, אַ שטייגער, אַ ניו-יאָרקער תּושבֿ, וואָס מוז איצט, נעבעך, טאָג ווי נאַכט אויסהערן נײַע פּרטים וועגן דאָנאַלד סטערלינג, ווי אויך וועגן זײַן ווײַב און זײַן קאָכאַנקע? איך רעד שוין ניט וועגן דעם בענגאַזי-ענין, וועלכן די „פֿאָקס‟-טעלעוויזיע האָט אַרויסגענומען פֿון דעם פֿרידזשידער און ווידער גענומען אונטערוואַרעמען, האָבנדיק אין זינען צו דיסקרעדיטירן הילאַרי קלינטאָן, טאָמער וועט זי ווידער וועלן באַקומען אַ דאַך איבערן קאָפּ אין „ווײַסן הויז‟.
איך שרײַב וועגן די „געאָרגי-טאַשמעס‟ נאָר ווײַל מע האָט זיי גענומען פֿאַרשפּרייטן אויך אין ניו-יאָרק. אַ סבֿרא, אַז דער פּוטיניזם האָט געפֿונען געטרײַע חסידים אויך אין אַמעריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.