ליבע פֿרײַנט, דאָס וואָס איך גיי אײַך דאָ דערציילן איז נישט אויסגעזויגן פֿון פֿינגער, ס’איז דער גאָלער אמת, געכאָוועט פֿון דער היים.
איז אַזוי. פֿאַראַיאָרן האָב איך זיך דערפֿילט אַז עפּעס טויג נישט, אַז איך פֿיל זיך אין דר’ערד, עפּעס סטיסעוועט זיך נישט מיט מײַנע געזונט־חשבונות.
האָט מיך מײַן זון גלײַך געכאַפּט צום דאָקטער. יענער קוועטשט אַהין און קוועטשט אַהער און זאָגט אונדז אָן די בשורה:
“גלײַך אין שפּיטאָל, רופֿט די ערשטע הילף, איר לעבן איז אין געפֿאַר.”
בין איך דאָך אַרײַן אין אַ בהלה, ס’טײַטש, וואָס קען עס זײַן? הונדערטער חלאתן האָבן גענומען רויען זיך בײַ מיר אין מוח, האַרץ, לונג און לעבער, די קישקעס, דער מאָגן, די גראַשיצע, די גאַל… אַלערליי פֿאַרשלעפּטע קרענק וואָס טשעפּען זיך אָן אין אַ מענטשן בעת ער פּראַוועט אַ לעבנס־לענגלעכן פּאַראַד מיט זײַן אייביקייט.
קום איך אין שפּיטאָל, דאָ נעמט מען זיך צו מיר ווי צו אַן ערשטקלאַסיקער מאָלצײַט. אויף דער מעניו — צאַפּן בלוט, מעסטן דעם בלוט־דרוק, נעמען אויפֿן צימבל דאָס האַרץ מיט די לונגען.
אויף דער הויפּט־מאָלצײַט רוקט מען מיך אַרײַן אין טונעלן־טונעל, ווו עס קלאַפּן מאַשינען און דו פֿילסט, אַז דו פֿליסט באַלד אָפּ צום פּלאַנעט יופּיטער, מ’מעסט און מ’רעכנט און מ’דערגייט אַ קרענק.
איז וווּ האַלטן מיר? אוי יאָ, קוים מיט צרות בין איך דערגאַנגען, אַז עס פֿעלט מיר נישט קיין צוקער, און נישט קיין פּוטער, אַלץ וואָס עס פֿעלט מיר איז זאַלץ, אַז דאָס זאַלץ איז מיר אויסגערונען, און מ’מוז מיר תּיכּף ומיד קאָרמען מיט זאַלץ וואָס זיי רופֿן „סיילין סאַלושאָן‟.
איז דען נישט אמת, אַז די דאָקטוירים האַלטן אין איין סטראַשען: „היט זיך פֿון זאַלץ ווי פֿון אַ פֿײַער, זאַלץ איז אַ שׂונא הגוף, זאַלץ וועט אײַך פֿירן אין דר’ערד אַרײַן.‟ זעט אויס, אַז איך האָב זיך צוגעהערט צו די פּאַסקודניאַקעס, וואָס פֿאַרגינען אײַך נישט צו פֿילן אַ מענטשלעכן טעם פֿונעם עסן אָן זאַלץ.
דער גוף האָט זיך אָטשוכעט פֿונעם זאַלץ, קומען ערשט אָן די צווייטע טעג יום־טובֿ. מיט אַ חודש צוריק האָב איך זיך דערפֿילט אַז עפּעס טויג נישט, דער צימער דרייט זיך, דער מאָגן פֿרייט זיך, די וועלט איז משה קאַפּויער. וואָס קען דאָס זײַן צו אַלדע רוחות?
קומט צו לויפֿן מײַן זון און כאַפּט מיך גלײַך אין שפּיטאָל. דאָ הייבט זיך אָן די צווייטע סדרה פֿון דער הפֿטורה. איז ערשטנס בלוט, צוקער, זאַלץ, פּוטער, אַ חבֿרה מאַשינען, מען זוכט מײַן אָנגרײַפֿער אין קאָפּ, נישטאָ גאָרנישט אין קאָפּ, די נירן, לונג און לעבער, קישקעס, נירן, דעם גאַנצן קלאַפּערגעצײַג פֿונעם מאַגאַזין מיט קאַפּוסטע.
נאָך צוויי טעג פֿון אונטערזוכונג זײַנען זיי געקומען צו דער מסכּנה ס’איז אַ קרענק וואָס רופֿט זיך „ווערטיגאָ‟, ס’הייסט, אַז עפּעס האָט זיך גערירט אין מײַנע אויער־מושלען, און דעסטאַביליזירט מײַן גלײַכגעוויכט. דער דאָקטער שרײַבט אויס אַ רעצעפּט און וואָרנט מיך:
די מעדיצין איז אַ סך מאָל ערגער פֿון דער קרענק, עס קען דיר פֿאַרשאַטן, מ’קען דערפֿון באַקומען אַלערליי מיאוסע קרענק, עס קען שאַטן צום האַרץ, מ’קען דערפֿון באַקומען ראַק, די נירן קענען אויפֿהערן פֿונקציאָנירן, מיט איין וואָרט: „היט זיך!‟
וואָס טוט מען, קוים אָנגעפֿילט דעם מאַגאַזין מיט זאַלץ, האָב איך זיך דאָראָבעט צו אַ קרענק, וואָס קלינגט ווי אַן איטאַליענישע אַריע, „ווערטיגאָ‟, אין „פּאַליאַטשי‟ אָדער „טאָסקאַ‟, ווי עס זאָל נישט זײַן, דאָס הויז דרייט זיך, די גאַס דרייט זיך און איך דריי זיך און מאַך הקפֿות.
איצט הערט זיך צו מיט קאָפּ, ווײַל וועמען איך דערצייל די מעשׂה פֿון מײַן „ווערטיגאָ‟, קאַטשעט זיך פֿון געלעכטער, האַלט זיך בײַ די זײַטן און כאָכאָטשעט גאַנץ אַפּעטיטשנע.
נעם איך מײַן „ווערטיגאָ‟ און גיי מיט אים אײַנקויפֿן אין אַ סופּערמאַרקעט דאָ לעבן מיר, וואָס רופֿט זיך „פּאַבליקס‟. איך דערזע אויף דער לעצטער פּאָליצע פֿלעשער מיט וואַסער, אַ בינטל פּלאַסטישע פֿלעשער מיטן וואַסער וואָס איך טרינק, עס הייסט „סמאַרט־וואָטער‟, (קלוג־וואַסער).
איך זוך אַ הויכן פּאַרשוין אָדער פּאַרשויניכע, מען זאָל מיר אַרויסהעלפֿן און אַראָפּנעמען די אַכט געבונדענע פֿלעשלעך. אָבער אויב איר געדענקט ווי ס’גייט הײַנו צו אין די ריזיקע קראָמען, ס’איז משה זוך מיך און יוקל געפֿין מיך, נישטאָ קיינער אויף דער ליכטיקער שײַן. איך שטיי און איך שטיי, ביז דאָס געדולד רינט בײַ מיר ארויס. נעם איך און שטרעק אויס די האַנט און דערלאַנג קוים צו די פֿלעשלעך וואַסער, און בעת איך שלעפּ זיי אַראָפּ פֿון דער לעצטער פּאָליצע, פֿאַלט מיר דער גאַנצער פּאַק פֿלעשער אויפֿן קאָפּ. טראַכט איך זיך, גוט יום־טובֿ פּאָנטיף, אַ נײַ קאַפּיטל תּהילים אויף מײַן קאָפּ. און ווי נאָר איך האָב זיך אָטשוכעט, איז מײַן „ווערטיגאָ‟ אַוועק, פֿאַרשוווּנדן, געמאַכט אַ פּליטה, אַוועק ווו דער גוטער שבת גייט אַוועק.
מיטאַמאָל האָב איך זיך דערפֿילט ערשטקלאַסיק, נאָרמאַל צוגלײַך מיט אַלע צוויי פֿוסיקע מענטשן־קינדער, דער קאָפּ האָט זיך מיר אויפֿגעהערט צו דרייען, דער סופּערמאַרקעט האָט פּלוצים אויפֿגעלעבט. גיי ווייס, אַז אַ קלאַפּ אין דער „מעלאָנע‟ זאָל אויסהיילן מאָמענטאַל אַזאַ אָנשיקעניש, ממש בילעטן צו נעמען.
פֿרעג איך דעם דאָקטער: „וואָס איז דאָ געשען?‟ זאָגט ער מיר: „דו האָסט אוודאי גערירט די קרישקע, וואָס האָט אַרומגעראַמסלט אין דײַנע געהירן, ביז עס האָט אָפּגעפֿונען דעם וועג צוריק צו דער ׳קאָכליאַר׳, דײַנע אויער־מושלען פֿון וואַנען זיי האָבן זיך גערירט.‟
וואָס קען איך אײַך זאָגן, ליבע מענטשן, אויב איר וועט אַמאָל לײַדן אויף דער נימאסע קרענק „ווערטיגאָ‟, גיט זיך אַ טראַסק מיט אַ בינטל פֿלעשער מיט וואַסער איבערן קאָפּ. עס מוז אָבער זײַן די זעלבע פֿירמע וואַסער מיט וועלכער איך באַנוץ זיך נעמלעך — „סמאַרט־וואָטער‟, דאָס קלוגע וואַסער. אַ נישט — טויג עס נישט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.