ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires


פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published May 08, 2014, issue of June 06, 2014.

די פֿײַערונג פֿון דעם 66סטן „יום־העצמאות‟

דער אַרגענטינער ייִשובֿ האָט געפֿײַערט דעם 66סטן „יום־העצמאות‟. אין די גרעסטע שטעט פֿון דער אַרגענטינער פּראָװינץ זײַנען פֿאָרגעקומען אַקטן מיט דער באַטייליקונג פֿון לאָקאַלע אויטאָריטעטן און פֿאָרשטייער פֿון די אָרטיקע קהילות און דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע.

אין בוענאָס-אײַרעס האָט מען אָנגעהויבן מאָנטיק, דעם 5טן אין דער פֿרי מיט אַן הזכּרה אויפֿן בית-עולם אין טאַבלאַדאַ, בײַם מאָנומענט, װאָס דערמאָנט די אַרגענטינער געפֿאַלענע אין די ישׂראלדיקע שלאַכטן. תּלמידים פֿון די ייִדישע שולן מיט ישׂראלדיקע פֿענער, משפּחות פֿון די געפֿאַלענע און אַ גרויסער עולם האָט זיך פֿאַרזאַמלט אויפֿן פּלאַץ בײַ געפֿלאַנצטע ביימער מיט טאָװלען, אויף וועלכע עס זײַנען אָנגעוויזן די נעמען פֿון די אַרגענטינער געפֿאַלענע. די רעליגיעזע צערעמאָניע און רעדעס האָבן דערמאָנט דעם אַרגענטינער בײַטראָג פֿאַר דער מדינה.

אין אָװנט האָט זיך אַ ריזיקער עולם פֿאַרזאַמלט אינעם גרעסטן פֿאַרמאַכטן ספּאָרטלאָקאַל „לונאַ פּאַרק‟, װוּ אַן 8,000 מענטשן האָבן זיך געפֿרייט מיט דער היסטאָרישער דאַטע.

פֿאַרן אָװנט האָבן אַ טויזנט יוגנלעכע, משפּחות און פֿאָרשטייער פֿון אינסטיטוציעס מאַרשירט איבערן שטאָט־צענטער מיט פֿענער און פּלאַקאַטן מיט אויפֿשריפֿטן פֿאַר שלום אין מיטעלן־מיזרח. אַ צוגעפּאַסטער ספּעקטאַקל מיט אוידיאָװיזועלע מאַטעריאַלן, לידער און טענץ האָבן פֿאָרגעשטעלט די ישׂראלדיקע דערגרייכונגען; אין די רעדעס פֿון אַלע האָט זיך אויסגעדריקט די פֿרייד און די שטאָלץ פֿון ייִדישן פֿאָלק. „פֿון עקספּאָרטירן מאַראַנצן צו טעכנאָלאָגיע‟ — זײַנען געװען די װערטער פֿון דער אַמבאַסאַדאָרין, דורית שבֿיט, און האָפֿענונג פֿאַרן שלום האָבן אויסגעדריקט אַלע רעדנערס. דאָס לייענען די תּפֿילה פֿאַרן שלום פֿון דער מדינה איז געװען אַ הויכפּונקט.

בײַ די דרײַ שעה האָט זיך דער אַרגענטינער ייִשובֿ געפֿרייט אויפֿן אַקט, װאָס איז אָרגאַניזירט געװאָרן פֿון דער אַרגענטינער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע.


אַ טרעפֿונג אין דער פּרעזידענט־רעזידענץ מיט ייִדישער דעלעגאַציע

די אַרגענטינער פּרעזידענטין, קריסטינאַ פֿערנאַנדעס־קירכנער, האָט אויפֿגענומען אין איר רעזידענץ אַ דעלעגאַציע פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס מיט דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה בראָש. בײַ דער געלעגנהייט האָט זי אָפֿיציעל געמאָלדן, אַז די פֿאָנדן אויפֿצושטעלן דעם מאָנומענט פֿאַר די קרבנות פֿון חורבן, זײַנען גאַראַנטירט און, אַז אין די קומענדיקע טעג װעלן זיך אָנהייבן די אַרבעטן. דער מאָנומענט װעט אויפֿגעבויט װערן דורך די אַרכיטעקטן גוסטאַװאָ נילסען און סעבאַסטיאַן מאַרסיגליאַ, װאָס האָבן באַקומען די ערשטע פּרעמיע אינעם אינטערנאַציאָנאַלן קאָנקורס, װאָס איז דורכגעפֿירט געװאָרן אין 2009.


ערשטער צוזאַמענטרעף פֿון סאָציאַלער אַחריות פֿון געשעפֿטן

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט דורכגעפֿירט צום ערשטן מאָל דעם צוזאַמענטרעף פֿון סאָציאַלער פֿאַראַנטװאָרטלעכקייט פֿון עמפּרעסאַרן (פֿירמעס). עס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַקאַדעמיקער, געשעפֿטסלײַט און פֿאָרשטייער פֿון געזעלשאַפֿטלעכע און רעגירונג־אינסטיטוציעס אויף צו באַהאַנדלען װיכטיקע אַספּעקטן וועגן דער קאָנקורענץ צװישן אונטערנעמונגען, װירקזאַמקייט און אַחריות פֿאַר דער געזעלשאַפֿט מצד די געשעפֿטן. עס האָבן זיך באַטייליקט, צװישן אַנדערע, פֿאָרשטייער פֿון דער אינטער־אַמעריקאַנער אַנטװיקלונג־באַנק (ב־י־ד), „אוניסעף שפּאַניע‟, סענאַטאָרן און דעפּוטאַטן פֿון לאַטײַן־אַמעריקע, די אַרגענטינער מיניסטאָרין פֿאַר סאָציאַלע ענינים, פֿאַרװאַלטער פֿון די גרעסטע אַרגענטינער פֿירמעס און די דירעקטאָרן פֿון סאָציאַלער הילף פֿון די קהילות אין טשילע און בוענאָס־אײַרעס.

די װיכטיקסטע אידעען פֿונעם צוזאַמענקום זײַנען געװען, אַז די מענטשן־רעכט, װאָס מען האָט פּראָקלאַמירט אין 1948, זײַנען אוניװערסאַלע און פֿאַר דער פֿאַרשטאַרקונג פֿון די אונטערנעמונגען דאַרף מען אין זינען האָבן דעם אַרבעטער. דאָס װאָס עס איז פֿאָרגעקומען אין דער טעקסטיל־פֿאַבריק אין באַנגלאַדעש, װײַזט װי װײַט מען איז פֿון די אידעאַלן, און אַז דער קאָנסומענט דאַרף זײַן אַ שותּף אין די סאָציאַלע זאָרגן, אינעם אָפּהיטן די סבֿיבֿה און אויך די עטישע אַספּעקטן.


קאָמפּענסאַציע פֿאַר צען מכּות

די פּרעסע האָט פֿאַרשפּרייט די ידיעה, װאָס די עגיפּטישע צײַטונג „אַל יאַהום אַ סאַבי‟ האָט פּובליקירט פֿאַר פּסח. דאָרטן װערט געשריבן, אַז דער שרײַבער אַכמאַד אַל־גאַמאַל װעט פֿאָדערן פֿון ישׂראל אַן אינדעמניזאַציע פֿאַר די צען מכּות און די שאָדנס, װאָס זיי האָבן גורם געװען דעם מיצרישן פֿאָלק.


פֿילם וועגן 3 געראַטעוועטע קינדער בעתן חורבן וועט שפּילן אין די גרויסע שטעט

דער „ועד־הקהילות‟ װעט פֿאַרשפּרייטן דעם פֿילם „דאָס ראַטעװען דאָס קינד‟ אין די װיכטיקסטע אַרגענטינער שטעט. דער פֿילם פֿונעם רעזשיסאָר בערנאַרדאָ (בערל) קאָנאָנאָװיטש האָט באַקומען די שטיצע פֿון דעם נאַציאָנאַלן קינאָ־אינסטיטוט, און דערציילט די געשיכטע פֿון דרײַ ייִדישע קינדער, װאָס זײַנען געראַטעװעט געװאָרן בעת דעם חורבן. דורך עדות װערט געשילדערט װי די קינדער פֿאַלן אַ קרבן פֿון דעם גענאָציד־אַפּאַראַט, און װי אַזוי מען זוכט זיי אָפּ און מען ראַטעװעט זיי. די געפֿערלעכע דערפֿאַרונג בעתן נאַציזם האָט זיך אויך, אין אַ געװיסער מאָס, איבערגעחזרט אין אַרגענטינע אין די שרעקלעכע טעג פֿון דער מיליטערישער דיקטאַטור.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.