דער אַמעריקאַנער געשעפֿט־זשורנאַל Fast Company האָט איבערגעגעבן, אַז ניו־יאָרק איז די איינציקע שטאָט, וווּ אינעם מעטראָ איז פֿאַראַן אַ ספּעציעלע ייִדישע קאַטעגאָריע פֿון פֿאַרלוירענע חפֿצים. לויטן חשבון פֿונעם ביוראָ פֿאַר השבֿת־אבֿדה בײַ דער „מעטראָפּאָליטאַנער טראַנספּאָרט־אינסטאַנץ‟, וואָס געפֿינט זיך אויף דער 34סטער גאַס אין מאַנהעטן, בײַ דעם שטאָטישן וואָקזאַל „פּען־סטיישען‟, זענען אַהין אָנגעקומען 10 פּאָר תּפֿילין. עס קאָן זײַן, אַז דאָרטן טרעפֿן זיך אויך סידורים און יאַרמקלעס; דער זשורנאַל דערציילט נישט אָבער וועגן דעם.
אינעם אַלגעמיינעם באַריכט וועגן דעם ניו־יאָרקער אַבֿדות־ביוראָ, באַגלייט מיט טשיקאַווע אילוסטראַציעס, ווערן דערמאָנט אַ צאָל אַנדערע אינטערעסאַנטע פֿאַקטן. דער זשורנאַל האָט אויסגעפֿונען, אַז דער טראַנספּאָרט־פּערסאָנאַל האָט געפֿונען 1,696 אונטערהויזן און אונטערהעמדער, 33 אינסולין־פּאָמפּעס פֿאַר דיאַבעטיקער, 62 מענערישע קאָסטיומען און 8 רעדער־שטולן. רעבעקאַ גרינפֿעלד, די מחרבטע פֿונעם באַריכט איז פֿאַרחידושט: ווי אַזוי קאָנען אַזעלכע חפֿצים פֿאַרלוירן ווערן? שוין זשע פֿאַרנעמען זיך געוויסע מענטשן מיט אינטימע באַציִונגען, פֿאָרנדיק אינעם מעטראָ?
וויליאַם באָנער, דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם ניו־יאָרקער טראַנספּאָרט־ביוראָ פֿאַר פֿאַרלוירענע און געפֿונענע חפֿצים האָט איבערגעגעבן, אַז כּמעט יעדע וואָך פֿאַרלירן מענטשן קינסטלעכע ציינער און אַנדערע אומגעריכטע זאַכן. דער סטאַנציע־פּערסאָנאַל האָט שוין געזען, צווישן אַנדערע טשיקאַווע געפֿינסן, אַ לעבעדיקן האָז, אַ פֿוס־פּראָטעז, אַ טובע (אַ גרויסער מוזיקאַלישער אינסטרומענט) און אַ גאַנצן קאַסטן פֿול מיט סעקס־שפּילצײַג פֿאַר דערוואַקסענע. אין געוויסע פֿאַלן איז זיך טאַקע שווער פֿאָרצושטעלן אַ סיטואַציע, אין וועלכער די פּאַסאַזשירן וואָלטן איבערגעלאָזט געוויסע מינים זאַכן אינעם טראַנספּאָרט.
מעליסאַ גיסענטאַנער, אַ פֿאָרשטייערין פֿונעם ביוראָ, האָט געטרייסט די פּאַסאַזשירן, כּדי זיי זאָלן זיך נישט זאָרגן צופֿיל, ווען זיי פֿאַרלירן עפּעס אינעם ניו־יאָרקער שטאָטישן טראַנספּאָרט. אין 60 פֿון 100 פֿאַלן געפֿינען זיך די אבֿדות אָפּ.
גאָר פּאָפּולערע „געסט‟ פֿונעם ביוראָ זענען די פֿאַרלוירענע צעל־טעלעפֿאָנען, וואָס זייער צאָל באַטרעפֿט, לויט באַריכט, מער ווי 28 טויזנט. הגם די פּאַפּירענע לייען־מאַטעריאַלן ווערן אַלץ זעלטענער באַנוצט אין אונדזער קאָמפּיוטער־תּקופֿה, וואָלט מען געקאָנט שאַפֿן אַ ריזיקע ביבליאָטעק פֿון איבער 9 טויזנט פֿאַרלוירענע „קלאַסישע‟ ביכער און בלויז 400 עלעקטראָנישע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.