מיטוואָך, דעם 7טן מײַ, בעת דעם גאַלאַ־קאָנצערט אינעם אוניווערסיטעט פֿון דרום־קאַליפֿאָרניע, אָרגאַניזירט דורך דער „שואה־פֿונדאַציע‟, איז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, אויפֿגעטראָטן מיט אַ רעדע וועגן די שוידערס פֿונעם ייִדישן חורבן און גערופֿן די וועלט צו באַקעמפֿן דעם שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם און דראָונגען קעגן ישׂראל. אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט 1,200 מענטשן.
אָבאַמאַ האָט באַמערקט, אַז אין אַ ריי גרויסע מערבֿדיקע שטעט ווערן די ייִדן אַטאַקירט אויף דער גאַס, און די בנינים — וואַנדאַליזירט מיט האַקנקרייצן. דערצו, דריקן געוויסע רעגירונגען אויס „דעם ערגסטן סאָרט פֿון אַנטיסעמיטישער רעטאָריק‟. דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט צוגעגעבן, אַז זײַן לאַנד איז „איבערגעגעבן דער זיכערהייט פֿון ישׂראל‟ און געמאָלדן, אַז זײַן רעגירונג איז קעגן די, וואָס באַדראָען די עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער מלוכה.
דער גאַלאַ־קאָנצערט איז געווען געווידמעט דעם 20סטן יוביליי פֿון דער „שואה־פֿונדאַציע‟, געגרינדעט דורכן רעזשיסאָר און פּראָדוסער סטיווען ספּילבערג, אין שײַכות מיטן גרויסן דערפֿאָלג פֿון זײַן חורבן־פֿילם „שינדלערס ליסטע‟. בעת דער הײַנטיקער אונטערנעמונג, האָט די פֿונדאַציע געזאַמלט 4 מיליאָן דאָלאַר. דאָס געלט וועט אויסגענוצט ווערן פֿאַרן שאַפֿן ווידעאָ־מאַטעריאַלן וועגן די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, זייער באַפֿרײַער און אַנדערע עדות־זאָגער פֿונעם חורבן. די אָרגאַניזאַציע זאַמלט אויך די עדות וועגן דעם טערקישן גענאָציד פֿון די אַרמענער אינעם יאָר 1915, און וועגן דעם יאַפּאַנישן מאַסן־מאָרד פֿון די כינעזער אין 1937. לעצטנס, האָט די פֿונדאַציע זיך אויך פֿאַרנומען מיט דער רציחה אין רואַנדע און קאַמבאָדיע.
אין זײַן רעדע, האָט אָבאַמאַ באַטאָנט, אַז ס׳איז אויך וויכטיק צו דערקלערן די קינדער, אַז נישט בלויז עכטע רציחה, נאָר סתּם העסלעכע רעדעס קעגן אַנדערע גרופּעס מענטשן זענען סכּנותדיק. בעת דעם גאַלאַ־קאָנצערט זענען אויפֿגעטראָטן אַ ריי וועלט־באַרימטע פּערזענלעכקייט, אַרײַנגערעכנט ספּילבערג אַליין, וועלכער האָט גערופֿן נישט בלײַבן גלײַכגילטיק, אויב אין דער צוקונפֿט וועט אויפֿקומען אַ סכּנה פֿון אַ נײַעם גענאָציד. דער מוזיקאַנט בריוס ספּרינגסטין האָט געשפּילט באַרימטע לידער פֿון פֿילמען; דער טעלעוויזיע־קאָמיקער קאָנאַן אָ׳ברײַען האָט אָנגעפֿירט מיט דער אונטערנעמונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.