דער אַמעריקאַנער רעזשיסאָר מײַקל קינג דערציילט אין זײַן דאָקומענטאַר The Rescuers (די ראַטירער) וועגן אַ ריי מענטשן, על־פּי־רובֿ דיפּלאָמאַטן, וואָס האָבן געראַטעוועט טויזנטער ייִדן בעתן חורבן.
אין אַ סך פֿאַלן, האָבן זיי עובֿר געווען אויף די אינסטרוקציעס פֿון זייערע אייגענע רעגירונגען, כּדי צו העלפֿן די ייִדישע משפּחות צו אַנטלויפֿן פֿון די נאַצי־אָקופּירטע לענדער, וווּ מע וואָלט זיי פֿאַרטיליקט. אַ טייל פֿון די מעשׂיות אינעם דאָקומענטאַר זענען גוט באַקאַנט, למשל, די טעטיקייט פֿונעם שוועדישן דיפּלאָמאַט ראַול וואַלענבערג, וועלכער האָט געאַרבעט אין בודאַפּעשט און איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף אַ רעטענישפֿולן אופֿן, ווען די סאָוועטישע אַרמיי האָט פֿאַרטריבן די נאַציס פֿון אונגערן.
אַ צאָל אַנדערע פּערסאָנאַזשן זענען ווייניקער באַקאַנט. צום בײַשפּיל, סעלאַהאַטין אולקומען, אַ מוסולמענער, וועלכער האָט געאַרבעט ווי אַ טערקישער קאָנסול אויפֿן גריכישן אינדזל ראָדעס, און אַנגעלאָ ראָטאַ, דער קאַטוילישער ביסקופּ פֿון בודאַפּעשט, האָבן געהאָלפֿן צו ראַטעווען טויזנטער ייִדן. דער סאַמע חידושדיקער בײַשפּיל איז געאָרג פֿערדינאַנד דוקוויץ — אַ מיטגליד פֿון דער נאַצי־פּאַרטיי און אַ דײַטשישער אַטאַשע אין קאָפּענהאַגן, וועלכער האָט אָפּגעמאַכט מיט דער שוועדישער רעגירונג אַרײַנצולאָזן אין שוועדן 7,200 ייִדן פֿון דענמאַרק.
אַ טייל אַנדערע פּערזענלעכקייטן האָבן געראַטעוועט אַ קלענערע צאָל ייִדן, אָבער אויף אַ מערקווירדיק העלדישן אופֿן. אַזוי האָט די גריכישע פּרינצעסין אַליס, אַן אוראייניקל פֿון דער בריטישער קיניגין וויקטאָריאַ און די באָבע פֿונעם פּרינץ טשאַרלז, אויסבאַהאַלטן אַ ייִדישע משפּחה אין איר פּאַלאַץ.
דער רעזשיסאָר האָט געשאַפֿן זײַן דאָקומענטאַר מיטן חורבן־היסטאָריקער סער מאַרטין גילבערט און סטעפֿאַני ניאָמבאַיִרע — אַ יונגע פֿרוי פֿון רואַנדע, וועלכע האָט פֿאַרלוירן 100 קרובֿים בעת דער רואַנדער מאַסן־רציחה פֿונעם פֿאָלק טוטסי, און קעמפֿט איצט קעגן גענאָציד. צוזאַמען, זענען די שאַפֿער פֿונעם פֿילם אַרומגעפֿאָרן 15 לענדער, כּדי זיך צו טרעפֿן מיט די ניצול־געוואָרענע פֿון דער שארית־הפּליטה און די משפּחות פֿון די דיפּלאָמאַטן.
דער טראַגישער גורל פֿון ניאָמבאַיִרעס משפּחה ווײַזט אונדז, אַז די סכּנה פֿון גענאָציד האָט זיך נישט פֿאַרענדיקט אינעם יאָר 1945. אינעם פֿילם, שטעלט זי די שאַרפֿסטע קשיאות. למשל, זי האָט געפֿרעגט כריסטיאַן באַוקער, אַ יונגן דײַטשישן דיפּלאָמאַט: וואָס וואָלט ער געטאָן, אויב ער וואָלט געזען, ווי מע הרגעט אומשולדיקע מענטשן אויף דער גאַס? באַוקער האָט געענטפֿערט, אַז ער וואָלט אויפֿגעטראָטן קעגן דעם. ניאָמבאַיִרע האָט געטענהט אינעם אינטערוויו, אַז זײַנע רעדעס וואָלטן דאָך נישט אָפּגעשטעלט די מערדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.