די וועלט פֿון שלום אַשס ראָמאַנען

The Universe of Sholem Asch‘s Novels


פֿון דובֿ־בער קערלער

Published May 11, 2014, issue of June 06, 2014.

Magdalena Sitarz, Literature as a Medium for Memory: The Universe of Sholem Asch’s Novels, Peter Lang International Academic Pubishers: Frankfurt am Main, Berlin, Bern, Bruxelles, New York, Oxford, Wien, 2013. 379 pp.

“שלום אַש האָט גרויסע פֿאַרדינסטן פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס מע קאָן זיי ניט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט”. אַן ערך אַזוי האָט אַמאָל געזאָגט מײַנער אַ גרויסער לערער ע”ה, וועלכער פֿלעג ניט זעלטן אויסדריקן גאָר שאַרפֿע אַנטיפּאַטיע, אַפֿילו זילזול צו דעם שרײַבערס שאַפֿונג.

פֿון אַ ריי ייִדישע שרײַבער און ליטעראַטור־קענער איז מיר דורך די יאָרן אויסגעקומען צו הערן פֿאַרשידענע אָפּשאַצונגען פֿון שלום אַש. איין טייל – שטאַרק פּאַָזיטיווע, דער אַנדערער – ביז גאָר קריטישע. קיין פּאַרעווע האָבן זיך ניט פֿאַרגעדענקט, און דאַכט זיך, אַז די איינציקע גוט־באַלאַנסירטע קריטיק האָב איך געהערט אין די מיט-1990ער פֿון דעם דעמאָלט שוין 90־יעריקן מרדכי צאַנין אין תּל־אָבֿיבֿ. עס רעדט זיך דאָ וועגן אַלגעמיינע אָפּשאַצונגען, ניט וועגן די ביטערע און גוט באַקאַנטע וויכּוחים אַרום זײַנע “קריסטאָלאָגישע” ראָמאַנען.

עס האָט זיך געדאַכט, אַז מ’האָט שוין גענומען כּמעט ווי אין גאַנצן פֿאַרגעסן אין דעם “פֿונדעסטוועגן פֿאַרדינסטפֿולן” שרײַבער; אין יעדן פֿאַל אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט, וווּ ער איז, אַדאַנק די איבערזעצונגען פֿון זײַנע ווערק אויף ענגליש, געוואָרן שיִער ניט דער איינציקער “וועלט באַרימטער” יִידישער שרײַבער. דערנאָך איז דער אינטערעס בײַ די הײַנטיקע פֿאָרשער אַ ביסל אויפֿגעלעבט געוואָרן אין זכות פֿון דער קאָנפֿערענץ, וואָס נאַנעט שטאַל האָט אײַנגעאָרדנט אין יעיל־אוניווערסיטעט אין 2000, און אין 2004 איז טאַקע אַרויס אַ באַנד מיט די מאַטעריאַלן און פֿאָרשונגען, וועלכע מע האָט פּרעזענטירט אויף יענער קאָנפֿערענץ. נאָר קיין סך נײַס וועגן אַשן איז זינט דעמאָלט ניט אויסגעקומען צו זען. גראָד אין זײַן וויגלאַנד, אין פּוילן, איז יאָ פֿאַראַן אַן אינטערעס.

ניט לאַנג צוריק איז אָנגעקומען אַ שפּאָגל־נײַ בוך, אַ גרינטלעכע מאָנאָגראַפֿיע פֿון דער פּוילישער פֿאָרשערין מאַגדאַלענאַ סיטאַזש פֿון קראָקע. ס’איז אַן אַרומנעמיקע באַהאַנדלונג, געווידמעט שלום אַשס ראָמאַנען, און ס’הייסט “ליטעראַטור ווי אַ מעדיִום פֿון געדענקשאַפֿט”. דאָס איז דער ענגלישער נוסח פֿון איר אויספֿאָרשונג, וועלכע איז אַרויס אויף פּויליש נאָך אין 2010.

דאָס בוך באַשטייט פֿון דרײַ טיילן. דער ערשטער און דער גרעסטער איז טאַקע געווידמעט דער הויפּט־טעמע “ליטעראַטור ווי אַן אויסדרוק און אַ פֿאַרקערפּערונגק־געביט פֿון זכּרון” ובפֿרט פֿון דעם אַזוי־גערופֿענעם קאָלעקטיוון זכּרון. דער צווייטער טייל, וואָס האָט אויך אַ שײַכות צו דער זכּרון־טעמע, אָבער דאָך שטייט ער אַ ביסל אָן אַ זײַט, איז אַ באַזונדער קאַפּיטל, וואָס באַהאַנדלט די פֿראַגע, צי שלום אַש איז אַ פּוילישער שרײַבער (און אַזוי הייסט עס טאַקע, מיט אַ פֿראַגע־צייכן: “אַ פּוילישער מחבר?”). צום סוף, נאָכן לעצטן סך־הכּל־קאַפּיטעלע, “שלום אַש אַלס כראָניקער פֿון זכּרון”, קומט דער דריטער טייל, וואָס באַשטייט פֿון אַ פּרטימדיקער ביבליאָגראַפֿיע פון שלום אַשס ראָמאַנען, און דערנאָך פֿון אַ ריי אַנדערע ווערק זײַנע אויף ייִדיש און איבערזעצונגען אויף פּויליש, ענגליש, דײַטש און פֿראַנצויזיש — אַ גאַנצע ריי אייראָפּעיִשע שפּראַכן, ווי אויך אַ גרינטלעכע פֿיל־שפּראַכיקע ביבליאָגראַפֿיע פֿון די ביז־איצטיקע פֿאָרשונגען, אָפּהאַנדלונגען און פּובליקאַציעס וועגן דעם שרײַבער.

די אויסגסדרטע ביבלאָגראַפֿיע פֿון אַשס ראָמאַנען (אַרײַנגערעכנט זייערע איבערזעצונגען אויף פּויליש, ענגליש, דײַטש און פֿראַנצויזיש), וואָס וואָלט געמעגט אפֿשר זײַן אויסגסדרט כראָנאָלאָגיש איידער אַלפֿאַבעטיש איז אַ ניצלעכע און זייער אַ פֿאַרלאָזלעכע, ווײַל עס ווערן אין איר פֿאַרצייכנט בלויז יענע ווערק, וואָס די מחברין האָט זיי אַליין געהאַלטן אין דער האַנט. דער פֿאָרשערינס הויפּט־אינטערעס איז אָבער קאָנצענטרירט אויף טעמאַטיק, אויפֿן היסטאָרישן קאָנטעקסט, אויף שלום אַשס היסטאָריאָגראַפֿישן גאַנג און אויף זײַן בײַשטײַער צו אַ כּמו־עטנאָגראַפֿישער פֿאַראייביקונג פֿונעם פּוילישן ייִדנטום.

ד”ר סיטאַזש רעדט אויך אַרום אַשס ליטעראַרישע שיטה און געוויסע סטרוקטורעלע אייגנשאַפֿטן פֿון זײַנע ראָמאַנען. זי דערמאָנט אַפֿילו, אַז אַ ריי שרײַבער און קריטיקער האָבן שטאַרק געהאַלטן פֿון זײַן ברייטן ראָמאַניסטישן פֿאַרנעם, אַפֿילו פֿון זײַן פֿילזײַטיקן שילדערונג־מעטאָד. זײַן אויסקלײַב פֿון ווערטער און אויסדרוקן איז ניט תּמיד געווען אַזוי שטאַרק געראָטן. און דווקא אָט די סתּירה צווישן דעם שרײַבערס “ליטעראַרישערַ” שיטה און זײַן הינקענדיקער “לינגוויסטישער” סטיליסטיק, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גאָר אינטערעסאַנטן פֿענאָמען. עס קוקט אַפֿילו אויס גלײַך ווי אַש וואָלט געשריבן אַ סצענאַר פֿאַר אַ גרויסאַרטיקן פֿאַרנעמיקן פֿילם, וווּ די סטיליסטיק פֿון דעם אייגנטלעכן טעקסט מוז ניט תּמיד זײַן מי־יודע ווי וויכטיק (ניט אומזיסט איז ער אויך געווען אַ געניטער און אַ גאָר געראָטענער דראַמאַטורג).

אין דער אמתן, פֿאַרמאָגן מיר אַ ריי פֿאַלן פֿאַרשידענע פֿאָרמען און מאַניפֿעסטאַציעס פֿון זײַן שעפֿערישקייט. עס רעדט זיך דאַ ניט פֿון דעם בשעתו פֿענאָמענאַלן דערפֿאָלג פֿון זײַנע ראָמאַנען אויף ענגליש און מעגלעך אויך אַנדערע “גרויסע” קולטור־שפּראַכן. ריין סטיליסטיש פאַרמאָגן מיר אויף ייִדיש גופֿא מער ווי איין שפּראַכלעכן נוסח פֿון אַשס ראָמאַנען (און אַפּנים אויך פֿון אַ טייל זײַנע דערציילונגען). קיין שום ערנסטע אויספֿאָרשונג איז ניט דורכגעפֿירט געוואָרן.

אַשס באַקאַנטער ראָמאַן “קידוש השם” איז דערשינען צום ערשטן מאָל אין 1920 (אָנגעשריבן אין 1919 גלײַך נאָך די בלוטיקע פּאָגראָמען אין אוקראַינע בעת דעם רוסישן בירגערקריג). אָט איז אַ קורצע ציטאַטע פֿון דער צווייטער אויסגאַבע פֿון 1923:

ווען די קנוילן רויך האָבן אָנגעהויבן שיטערער צו ווערן, האָט זיך אָנגעהויבן צו ענטפּלעקן ווי דורך אַ נעבעל צוערשט דער גרויסער, גרויסער פּיעקעליק, וועלכער האָט פֿאַרנומען אַ האַלבע שטוב, און אויף אים האָט זיך באַוויזן עפּעס גרויסעס, אומגעלומפּערטעס און דונקעלעס.

22 יאָר שפּעטער, אין איינעם פֿון די גרויליק ביטערע יאָרן, אין 1942, האָט דער ניו־יאָרקער פֿאַרלאַג “מתּנות” אַרויסגעגעבן דעם ראָמאַן אין אַ נײַער, אייגנטלעך אויסרעדאַגירטער אויסגאַבע. דאָרטן לייענט זיך דער זעלביקער זאַץ שוין אַזוי:

ווען די קנוילן רויך האָבן אָנגעהויבן שיטערער צו ווערן, האָט זיך אָנגעהויבן צו אַנטפּלעקן, ווי דורך אַ נעפּל, דער גרויסער, גרויסער פּיעקעליק, וועלכער האָט פֿאַרנומען אַ האַלבע שטוב, און אויף אים האָט זיך באַוויזן עפּעס אַ גרויסע, אומגעלומפּערטע און טונקעלע זאַך.

דער פֿאַרלאַג האָט אויך צוגעשטעלט אַ קורצע הקדמה, וווּ עס ווערט צווישן אַנדערן געזאָגט אָט וואָס:

“קידוש השם” האָט זיך צום ערשטן געדרוקט אין ׳פֿאָרווערטס‘ אין 1919. אין 1920 האָט דער “פֿאָרווערטס” דעם דאָזיקן ראָמאַן אַרויסגעגעבן אין אַ בוך. […] ליידער זענען אין דעם בוך אַרײַן אַ סך גרײַזן וואָס האָבן פּשוט געשטערט דאָס לייענען. האָבן מיר באַשלאָסן אַרויסצוגעבן אַ קאָרעגירטע אויסגאַבע. צוגעגרייט דאָס בוך צום דרוק האָט ח’ ליפּע לעהרער, דעם ווערטער־פֿאַרטײַטש האָט צונויפֿגעשטעלט ח’ לייבוש שפּיטאַלניק […] מיר דאַנקען פֿרײַנד יודל מאַרק פֿאַר זײַנע נוצלעכע אָנווײַזונגען.

דער אָקערשט ציטירטער זאַץ (אין ביידע נוסחאות זײַנע) איז פֿון דער ערשטער זײַט פֿונעם ראָמאַן (למעשׂה דער פֿערטער זאַץ פֿונעם ערשטן קאַפּיטל). אָבער אַפֿילו דער צופֿעליקער בײַשפּיל, ווײַזט גאַנץ קלאָר ווי שטאַרק עס האָט אַשס לשון געקאָנט “אָפּווײַכן” פֿון דער אַלגעמיינער ליטעראַטור־שפּראַך. דער אויסלייג האָט יענע יאָרן נאָך אַלץ געמעגט בלײַבן דאָ און דאָרטן אַ דײַטשמערישער (ובפֿרט אין אַמעריקע), אָבער די איבערוועגנדיקע מערהײט שרײַבער פֿון “מאָדערנער” בעלעטריסטיק זענען שוין מיט זיכערע טריט געגאַנגען מיטן דרך פֿון מענדעלעס און שלום־עליכמס שפּראַך־נוסח. דעריבער האָט דער “מתּנות”־פֿאַרלאַג זיך אַזוי דיפּלאָמאַטיש אויסגעדרוקט: “ליידער, זענען אין דעם בוך אַרײַן אַ סך גרײַזן”, וועלכע מ’האָט באַדאַרפֿט “קאָרעגערן”. אַשס מיטצײַטלער, אויך אַ הויך טאַלאַנטירטער ראָמאַניסט און געראָטענער פּאָעט, זלמן שניאור, האָט צום סוף פֿון דער הקדמה צו זײַן רעטראָספּעקטיווער זאַמלונג לידער, “40 יאָר” (אַרויס אין 1945) אָנגעשריבן קורץ און שאַרף: “עס פֿאַרשטייט זיך, אַז וואָס נעענטער אַ ליד איז צו אונדזער יאָרצענדלינג, אַלץ קרעפֿטיקער איז די שפּראַך און בולטער דער אינהאַלט”.

בײַ שלום אַשן איז דאָס אויך פֿאָרגעקומען, אָבער ווײַזט אויס אַ ביסל שפּעטער. דעם איבערברוך, די ממשותדיקע “אויסהיילונג” פֿון זײַן לשון דערשפּירט מען ערשט אין 1934, ווען עס גייט אַרויס זײַן ראָמאַן “דער תּהלים ייִד”. לפּחות אַזוי זעט עס אויס אין דער וואַרשעווער “קולטור־ליגע”־אויסגאַבע פֿון 1937, און די ניו־יאָרקער שקלאַרסקי־אויסגאַבע פֿון 1950 זעט אַפֿילו אויס צו זײַן נאָך בעסער אויסרעדאַגירט. אָבער אַ טייל שלום אַשס פֿריִערדיקע ווערק האָבן געפֿונען זייער סטיליסטישן תּיקון אין די שפּעטערע “איבערדרוקן”, און דווקא אַדאַנק די איבערגעגעבענע און געראָטענע רעדאַקטאָרן, וועלכע האָבן זיי אויף ס‘נײַ צוגעגרייט צום דרוק. ווי אין דעם פֿריִער־דערמאָנטן פֿאַל מיט זײַן “קידוש השם”, אַזוי אויך אין לפּחות נאָך צוויי באַזונדערע אויסגאַבעס, וואָס די “ניו־יאָרקער אַרבעטער־רינג מיטלשול” האָט אַרויסגעלאָזט אין 1940 — דעם ראָמאַן “אָנקל מאָזעס”, און אין 1942 – זײַן “קיין אַמעריקע” – ביידע “געקירצט און פֿאַרטײַטשט” פֿון יודל מאַרק.

הכּלל, די, וואָס האָבן אַ חשק צו דערגיין אַ טאָלק אין די שפּראַכלעכע ווידעראַנאַנדן פֿון איינעם פֿון די “פֿאַרדינסטפֿולסטע” און טאַקע וויכטיקע שרײַבער אונדזערע, וועלן נאָך באַדאַרפֿן פֿאַרקאַטשען די אַרבל. די, וואָס ווילן זיך באַקענען מיט אַנדערע, בפֿירוש צענטראַלע אַספּעקטן פֿון זײַן שאַפֿונג, האָבן אַצינד באַקומען אַ גרינטלעך און ניצלעך בוך, אין וועלכן ס׳איז אַרײַנגעלייגט געוואָרן אַ סך איבערגעגעבענע מי און פֿאַרשטאַנד.