די פּערזענלעכקייט פֿון אַלכּסנדר יעסענין־וואָלפּין איז אַזוי פֿילזײַטיק און טאַלאַנטפֿול, אַז נאָך בײַ זײַן לעבן איז וועגן אים געשאַפֿן געוואָרן אַ רײַכע ליטעראַטור אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. אינטערעסאַנט איז, אַז אין יעדן לאַנד ווערט באַטאָנט אַן אַנדערע דערגרייכונג זײַנע, צי ס’איז אין וויסנשאַפֿט, צי אין קונסט, צי אין די ספֿערן פֿון מענטשלעכן גײַסט און שׂכל. אין רוסלאַנד, למשל, דערמאָנט מען, קודם־כּל, אַז יעסענין־וואָלפּין איז אַ מאַטעמאַטיקער, דערנאָך — אַ פּאָעט, פֿילאָסאָף, און קעמפֿער פֿאַר מענטשנרעכט. אין אַמעריקע אָבער, ווערט דערהויבן זײַן הויכער טיטול פֿון אַ פּאָעט, און שוין דערנאָך — זײַנע מאַטעמאַטישע דערגרייכונגען.
איך וויל, חלילה, נישט פֿאַרמינערן זײַן אָרט אין וויסנשאַפֿט, בפֿרט אין מאַטעמאַטישער לאָגיק; כ’וועל נאָר דערמאָנען, אַז ס’האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו לייזן אַזאַ מאַטעמאַטישע אויפֿגאַבע, וואָס צו געפֿינען אַן ענטפֿער אויף איר האָבן זיך געבראָכן דעם קאָפּ אַ סך מומחים, האַלטנדיק, אַז צו לייזן זי איז בכלל אוממעגלעך.
ס’איז דאָך נישט צופֿעליק, אַז ווען אין יאָר 1968 האָבן די „פּסיכיאַטערס‟ פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען געוואָלט אים פֿאַרשפּאַרן אין אַ דול־הויז, פֿאַר זײַן קאָמפּראָמיסלאָזן קאַמף לטובֿת מענטשנרעכט, האָבן זיך דערהערט קולות צו פֿאַרטיידיקן אים נישט בלויז מצד דער אָפּאָזיציע — קעמפֿער מיטן טאָטאַליטאַרן רעזשים, נאָר אויך פֿון די באַקאַנטע געלערנטע, וואָס בדרך־כּלל וואַרפֿן זיי זיך נישט אינעם פֿײַער פֿון פּאָליטישן שײַטער. 99 פֿירנדיקע סאָוועטישע מאַטעמאַטיקער האָבן זיך געוואָנדן מיט אַ פּראָטעסט־בריוו צום געזונטהייט־מיניסטער און דעם גענעראַל־פּראָקוראָר מיט דער פֿאָדערונג „אָנצונעמען אַלע מיטלען, אַז אונדזער קאָלעגע זאָל קאָנען אַרבעטן אין נאָרמאַלע באַדינגונגען‟.
יעסענין־וואָלפּינס דיכטונג איז נישט ווייניקער אייגנאַרטיק און אָריגינעל, ווי זײַנע וויסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען. זײַן פּאָעטישער סטיל און שאַפֿערישע מאַניר האָבן זיך אַנטוויקלט זעלבשטענדיק, פּונקט ווי דער אופֿן פֿון זײַן דענקען; מע קאָן אַפֿילו זאָגן, אָן שום ליטעראַרישער השפּעה פֿון זײַנע טאַלאַנטירטע עלטערן. זײַן טאַטע איז דאָך געווען איינער פֿון די פּאָפּולערסטע פּאָעטן אין רוסלאַנד, סערגיי יעסענין. אמת, דעם טאַטן האָט אַלכּסנדר נישט געקענט; ער איז דאָך געבוירן געוואָרן דעם 12טן מײַ 1924, אַ יאָר פֿאַר דעם, ווי סערגיי יעסענין איז אומגעקומען.
די מאַמע זײַנע איז אויך געווען אַ טאַלאַנטירטע דיכטערין און איבערזעצערין, הגם נישט אַזאַ באַרימטע — נאַדיעזשדאַ וואָלפּין, די טאָכטער פֿונעם באַקאַנטן אַדוואָקאַט דוד וואָלפּין. אַגבֿ, האָט דוד וואָלפּין איבערגעזעצט אויף רוסיש דאָס בוך פֿון דזשיימס פֿרעזער „פֿאָלקלאָר אינעם אַלטן טעסטאַמענט‟. ביזן פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט אַלכּסנדר געטראָגן דעם נאָמען פֿון זײַן זיידע, וואָלפּין. ערשט דאָ, אין אַמעריקע, האָט ער אָפֿיציעל צוגעגעבן דעם פֿאַמיליע־נאָמען פֿון זײַן טאַטע, יעסענין.
אין 1933 איז די משפּחה אַריבערגעפֿאָרן פֿון לענינגראַד קיין מאָסקווע, וווּ אַלכּסנדר האָט אויסגעצייכנט פֿאַרענדיקט דעם מעכאַניש־מאַטעמאַטישן פֿאַקולטעט בײַם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט. אין 1949 האָט ער פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָראַט אין מאַטעמאַטישער לאָגיק, און איז אַוועקגעפֿאָרן צו אַרבעטן אין טשערנאָוויץ. אין דער זעלבער צײַט האָט ער געשריבן לידער און איבערגעזעצט פֿון ענגליש, בתוכם די פּאָעזיע פֿון עדגאַר אַלאַן פּאָ.
גאָר אין גיכן האָט דער „יונגער ספּעציאַליסט‟, פֿאַרן שאַפֿן „אַנטי־סאָוועטישע לידער‟, דערפֿילט דעם גאַנצן כּוח פֿון דער רעפּרעסיווער קאָמוניסטישער מאַשין. בײַם אָנהייב, צווינגט מען אים זיך צו היילן אין אַ פֿאַרמאַכטן שפּיטאָל פֿאַר פּסיכיש־קראַנקע; און אין 1950, ווי אַ „סאָציאַל־געפֿערלעכן עלעמענט‟, שיקט מען אים אַרויס אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל פֿון קאַזאַכסטאַן אויף פֿינף יאָר.
נאָך סטאַלינס טויט, אין 1953, ווערט יעסענין־וואָלפּין אַמניסטירט, און גיט זיך אָפּ מיט זײַן וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט. ער ווערט באַקאַנט ווי אַ גרויסער מומחה אין תּחום פֿון אינטויִציזם. אין 1959 ווערט ער ווידער פֿאַרשפּאַרט אין אַ דול־הויז אויף צוויי יאָר. זײַנע לידער, פֿאַרשפּרייט אויף אַן אומלעגאַלן אופֿן, און דערשינען אין אויסלאַנד, שרײַבט ער אונטער מיט זײַן ייִדישן נאָמען וואָלפּין.
אין 1961 דערשײַנט אין ניו־יאָרק זײַן בוך „פֿרילינג־בלעטל‟, וווּ, חוץ לידער, גייט אויך אַרײַן זײַן „פֿרײַער פֿילאָסאָפֿישער טראַקטאַט‟. ער ווערט באַקאַנט ווי איינער פֿון די פֿירנדיקע אויטאָריטעטן פֿון דער דיסידענטישער באַוועגונג אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; אין די יאָרן 1970־1972 איז יעסענין־וואָלפּין צווישן די אָנערקענטסטע עקספּערטן בײַם „קאָמיטעט פֿון מענטשנרעכט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟.
ווען יעסענין־וואָלפּין איז פֿאַר זײַן מענטשנרעכט־טעטיקייט באַלוינט געוואָרן מיט דער פּרעמיע אויף אַנדריי סאַכאַראָווס נאָמען, האָט אַ צווייטער באַקאַנטער דיסידענט, וולאַדימיר בוקאָווסקי, אַ זאַג געטאָן אין אַ שפּאַס, אַז סאַכאַראָוו אַליין וואָלט געקאָנט באַלוינט ווערן מיט אַ פּרעמיע אויף יעסענין־וואָלפּינס נאָמען.
אַלכּסנדר יעסענין־וואָלפּין איז בסך־הכּל אָפּגעווען אין די סאָוועטישע דול־הײַזער, פֿאַרשיקונג־ערטער און טורמעס 14 יאָר. אין 1968 איז ער ווידער געטראָפֿן אין ספּעציעלן פּסיכישן שפּיטאָל, פֿון וואַנען ער איז באַפֿרײַט געוואָרן מיט צוויי יאָר שפּעטער.
אין 1972, לויט דער „רעקאָמענדאַציע‟ פֿון דער מאַכט, עמיגרירט יעסענין־וואָלפּין קיין אַמעריקע, וווּ ער אַרבעט אין די אוניווערסיטעטן פֿון באַפֿאָלאָ און באָסטאָן. נישט געקוקט אויף זײַן טיפֿן עלטער, שוין אָט אַ בן־תּישעים, קאָן מען אָפֿט הערן פֿון אים שאַרפֿע קאָנטראָווערסיעלע אַרויסזאָגונגען; אַזוי, למשל, האָט ער אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס ער וויל זיך נישט אומקערן קיין רוסלאַנד, געענטפֿערט: „רוסלאַנד איז זייער אַ גראָביאַנסקע לאַנד‟, אָדער אַזאַ פֿראַזע זײַנע: „צו זײַן אַ נאָרמאַלער צווישן די משוגעים, איז אַן אופֿן פֿון אומנאָרמאַלקייט‟.
אַלכּסנדר יעסענין־וואָלפּין וווינט אין באָסטאָן, און מיר ווינטשן אים געזונט און האַרציקע טרעפֿונגען מיט זײַנע נאָענטע מענטשן און פֿרײַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.