ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris


פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published May 09, 2014, issue of June 06, 2014.

דער שרײַבער און רעזשיסאָר ראָבער באָבער

אינעם טעאַטער „אַדיאַר‟ שפּילט איצט פֿון ס’נײַ די פּיעסע „בערג און בעק‟, אַן אַדאַפּטאַציע פֿון ראָבער באָבערס ראָמאַן, וואָס טראָגט דעם זעלבן נאָמען.

ראָבער באָבער איז באַקאַנט אי ווי אַ שרײַבער, אי ווי אַ רעזשיסאָר פֿון דאָקומענטאַר־פֿילמען. זײַנע ווערק האָבן זייער אָפֿט צו טאָן מיט דער ייִדישער געשיכטע פֿון 20סטן י”ה, מיט דער אימיגראַציע און מיטן קריג. ער איז געבוירן געוואָרן אין בערלין אין 1931, אָבער די משפּחה איז שוין אין 1933 אַוועק קיין פֿראַנקרײַך, כּדי צו ראַטעווען זיך פֿון די נאַציס. ער האָט זיך פֿאַרנומען מיט פֿאַרשיידענע מלאָכות; געווען אַ שנײַדער, אַ טעפּער, אַ לערער און, דער עיקר, געאַרבעט אַ סך אין דער פֿילם־ און טעלעוויזיע־אינדוסטריע.

עטלעכע יאָר איז ער געווען פֿראַנסואַ טריפֿאָס אַסיסטענט און געאַרבעט מיט אים אינעם פֿילם “Jules et Jim” [זשול און זשים], דערנאָך האָט ער אָנגעהויבן אַן אייגענע קאַריערע פֿון אַ רעזשיסאָר און איז געוואָרן איינער פֿון די באַקאַנטסטע טעלעוויזיע־דאָקומענטאַליסטן אין פֿראַנקרײַך.

זײַן ערשטער פֿילם איז געווען וועגן שלום־עליכמען: „שלום־עליכם: אַ ייִדישער שרײַבער‟. אויך אין אַ סך ווײַטערדיקע פֿילמען פֿאַרנעמט ער זיך מיט דער ייִדישער קולטורעלער ירושה, און מיט דער ייִדישער געשיכטע.

צום שרײַבן איז ער געקומען רעלאַטיוו שפּעט, און האָט ביז איצט פּובליקירט צוויי ראָמאַנען: „וואָס זענען די נײַעס פֿון דער מלחמה?‟ [Quoi de Neuf sur la Guerre?] אין 1993, און Berg et Beck — אין 1999. ביידע ביכער באַהאַנדלען די טעמאַטיק פֿון דער מלחמה. וועגן זײַן סטיל זאָגט מען, געוויינטלעך, אַז ער איז באַאײַנפֿלוסט פֿון דער ייִדישער שפּראַך: אי פֿון איר ריטעם, אי פֿון אירע אימאַזשן.

די פּיעסע האָט מען שוין געשפּילט מיט אַ יאָר צוריק אין אַוויניאָן אינעם „אָף‟־פֿעסטיוואַל. זי דערציילט די מעשׂה פֿון אַ פֿרײַנדשאַפֿט צווישן צוויי ייִדישע ייִנגלעך, בערג און בעק. זיי זענען געבוירן געוואָרן אינעם זעלבן יאָר, האָבן געוווינט אויף דער זעלבער גאַס, זענען גאַגאַנגען אין דער זעלבער שול און האָבן צוזאַמען געחלומט צו ווערן ראָווער־פֿאָרערס אויפֿן וועלאָדראָם. בשעת דער גרויסער אַקציע פֿונעם 16טן יולי 1942, כאַפּט די פּאָליציי בערקן מיט זײַן משפּחה, און ברענגט זיי צום וועלאָדראָם, פֿון וואָנען זיי ווערן פֿאַרשיקט אין לאַגער, און דאָרט דערהרגעט.

נאָך דער מלחמה געדענקט קיינער נישט בערקן, אַחוץ זײַן חבֿר בערג וואָס איז געוואָרן אַ לערער אין אַ קינדער־היים פֿאַר דעפּאָרטירטע קינדער נאָך דער מלחמה, פּונקט ווי ראָבער באָבער אַליין. בערג דערציילט זײַן טויטן חבֿר וועגן די יאָרן, וואָס ער האָט נישט באַוויזן צו דערלעבן און דערהאַלט אים בײַם לעבן אַזוי דורך זײַן זכּרון. די אַדאַפּטאַציע פֿונעם ראָמאַן איז פֿון רישאַר וויאָלאַנט, וואָס שפּילט אויך בערג. ער ווערט באַגלייט פֿונעם האַרמאָניע־שפּילער דידיע בויִסאָן.


דזשאָ גאָלדבערג — דער בעל־הבית פֿון „פּלעצל‟, געשטאָרבן

דזשאָ גאָלדבערג, דער געוועזענער בעל־הבית פֿונעם באַרימטן רעסטאָראַן „גאָלדבערג‟ אויף דער ראָזיע־גאַס אין פּאַריז, איז געשטאָרבן דאָנערשטיק אין עלטער פֿון 91 יאָר. דער רעסטאָראַן האָט זיך געפֿונען אין האַרצן פֿון דער געוועזענער ייִדישער סבֿיבה, וואָס מע האָט גערופֿן „דאָס פּלעצל‟ — דער צענטער פֿון ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע און ביז שפּעט אין 20 י”ה. די גאָלדבערג־משפּחה האָט דאָרטן געהאַלטן דעם רעסטאָראַן נאָך פֿאַר דער מלחמה, און דזשאָ האָט עס איבערגענומען דערנאָך. עס איז געוואָרן כּמעט אַ סימבאָל פֿון דער אַשכּנזישער קולטור אין שטאָט, אַן אָרט, וווּ טוריסטן און פּאַריזער צו גלײַך פֿלעגן זוכן עפּעס פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעם.

אין 1982 איז דער רעסטאָראַן אַרײַן אין דער טרויעריקער געשיכטע פֿון רציחהדיקן אַנטיסעמיטיזם. טעראָריסטן האָבן אַרײַנגעוואָרפֿן אין זאַל אַ גראַנאַט, געטייט 6 מענטשן און פֿאַרוווּנדעט 22. מע האָט זיי קיין מאָל נישט געכאַפּט.

צוליב פֿינאַנציעלע שוועריקייטן האָט גאָלדבערג געמוזט פֿאַרמאַכן דעם רעסטאָראַן אין 2006, און מע האָט דאָרטן געעפֿנט אַ קליידער־קראָם. נאָר אַזוי ווי דער נאָמען „גאָלדבערג‟ איז שוין געוואָרן אַ טייל פֿון דער געשיכטע פֿון קוואַרטאַל, האָט מען געהאַלטן דעם רויטן שילד פֿונעם רעסטאָראַן.

הײַנט צו טאָג איז, צום באַדויערן, שוין נישטאָ קיין אמתער אַשכּנזישער רעסטאָראַן אין פּאַריז. אפֿשר וועט זיך געפֿינען עמעצער צווישן די „פֿאָרווערטס‟־צוהערערס און לייענער, וואָס זאָל וועלן ממשיך זײַן די „גאָלדבערג‟־טראַדיציע?

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.