מעני וואַקס, דער הויפּט פֿון דער אויסטראַלישער גרופּע „צדק‟, וואָס רעדט אין נאָמען פֿון די אויסטראַלישע ייִדן, וואָס סעקסועלע מיסברויכן זײַנען באַגאַנגען געוואָרן קעגן זיי, ווען זיי זײַנען נאָך געווען קינדער, האָט געמאָלדן, אַז ער קלאָגט אָן דעם מעלבורנער ישיבֿה-קאָלעדזש און אַנדערע אין ציוויל-געריכט. וואַקס אַליין האָט געליטן אַזעלכע מיסברויכן בעת ער איז געווען אַ תּלמיד בײַם ישיבֿה־קאָלעדזש אין די אָנהייב 1990ער יאָרן. אַנדערע געליטענע זאָגן, אַז זיי גרייטן זיך אויך אָנצוקלאָגן די ישיבֿה אין ציוויל-געריכט.
וואַקס און די אַנדערע געליטענע טענהן, אַז די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער ישיבֿה־פֿאָלקשול האָט געמוזט וויסן וועגן די מיסברויכן, און אַז זיי האָבן געטראַכט וועגן דעם וווילזײַן פֿון די שולדיקע און נישט וועגן דעם וווילזײַן פֿון די געליטענע. איין מעלבורנער ריכטער האָט אויסגעדריקט די מיינונג נאָך אין מײַ 2013, אַז עס איז לויט איר געווען אוממעגלעך, אַז דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער טאָגשול זאָל ניט האָבן געוווּסט וועגן די מיסברויכן און ווער עס איז זיי באַגאַנגען. איינער פֿון די פֿאַרברעכערס זאָגט איצט, אַז ער האָט גערעדט מיטן דעמאָלטיקן פֿאַרוואַלטער פֿון דער טאָגשול וועגן זײַנע פֿאַרברעכנס אין 1992. די שול האָט נישט געמאָלדן אין פּאָליציי וועגן דעם, און דער פֿאַרברעכער האָט פֿאַרלאָזט אויסטראַליע.
אַ ריי פֿון די, וועלכע זײַנען באַגאַנגען די פֿאַרברעכנס קעגן קינדער, בעת זיי זײַנען געווען טעטיק אין דער ישיבֿה, אָדער ווי לערער, אָדער ווי פֿרײַוויליקע אַרבעטער, זײַנען לעצטנס פֿאַרמישפּט געוואָרן אין מעלבורנער געריכטן.
דער געוועזענער פֿאַרוואַלטער פֿון דער טאָגשול, הרבֿ אַבֿרהם גליק, האָט, צוערשט, געזאָגט אין געריכט, אַז ער האָט זיך ערשט דערוווּסט וועגן די פֿאַרברעכנס פֿון הרבֿ דוד גראָנער אין 2008. שפּעטער האָט ער געזאָגט, אַז ער האָט געהערט די נעמען פֿון די פֿאַרברעכער פֿון הרבֿ גראָנער אין די אָנהייב 2000ער יאָרן.
פֿאָרשטייער פֿון דער הײַנטיקער אָנפֿירערשאַפֿט פֿונעם ישיבֿה-קאָלעדזש האָבן נישט געוואָלט רעדן מיט דער פּרעסע וועגן דעם ענין.
דער שליח פֿון סוכנות פֿאַר די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן אין אויסטראַליע וועט ברענגען אָנטיילנעמער אינעם מאָסקווער „לימוד‟ קיין אויסטראַליע איבעראַיאָר, כּדי צו שאַפֿן אַ „לימוד‟ אין אויסטראַליע פֿאַר די רוסיש-רעדנדיקע ייִדן. זיי האָבן שוין ענלעכע דערפֿאָלגרײַכע „לימוד‟-קאָנפֿערענצן פֿאַר רוסיש-רעדנדיקע ייִדן אין מדינת־ישׂראל און אין ניו-יאָרק. אַ „לימוד‟-סעסיע פֿאַר רוסיש-רעדנדיקע ייִדן וועט אויך פֿאָרקומען הײַיאָר אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, אין חודש אָקטאָבער. דער סוכנות האַלט, אַז רוסיש-רעדנדיקע ייִדן, וועלכע וווינען מחוץ דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, נייטיקן זיך אין אַן אַנדערן אינהאַלט בײַ די „לימוד‟־קאָנפֿערענצן, ווי די לאָקאַלע ייִדישע באַפֿעלקערונגען.
אַ טייל פֿון די סעסיעס אין מעלבורן איבעראַיאָר וועלן זײַן אין רוסיש, אַ טייל אין ענגליש, און אַ טייל אין העברעיִש. מע דערוואַרט, אַז אַן ענלעכע „לימוד‟-קאָנפֿערענץ פֿאַר רוסיש-רעדנדיקע ייִדן וועט פֿאָרקומען אין סידנעי אין 2016.
די מעלבורנער „בעסען־פֿונדאַציע‟ איז זיך מנדר געווען מיט אַ מיליאָן דאָלאַר צו העלפֿן באַצאָלן פֿאַרן רעמאָנט פֿונעם מעלבורנער לאָקאַל פֿונעם נאַציאָנאַלן ראַט פֿון ייִדישע פֿרויען אין אויסטראַליע, כּדי צוצוציִען ייִנגערע ייִדישע פֿרויען צו דער אָרגאַניזאַציע און אירע אַקטיוויטעטן.
צוועלף סטודענטן, וועלכע האָבן גראַדויִרט פֿון ייִדישע מיטלשולן אין מעלבורן אין דעצעמבער 2013, האָבן געוווּנען פּרעמיעס פֿונעם פּרעמיער פֿונעם שטאַט וויקטאָריע פֿאַר זייערע דערגרייכונגען אויף די שטאַטישע סוף-יאָר־עקזאַמענס, לויט אַ נײַער מעלדונג פֿונעם מיניסטעריום פֿאַר דערציִונג. צוויי פֿון די צוועלף האָבן גראַדויִרט פֿונעם „הר־הצופֿים־קאָלעדזש‟, צוויי פֿון ביאַליק־קאָלעדזש, צוויי פֿון „ליבלער-יבֿנה‟, צוויי פֿון ישיבֿה-קאָלעדזש, איינע פֿון „בית-רבֿקה ליידיס קאָלעדזש‟ און דרײַ פֿון דער „דוד המלך־שול‟.
22 פֿאָרשערס פֿון קינדערישע קראַנקייטן פֿון אויסטראַליע און פֿון מדינת־ישׂראל וועלן זיך טרעפֿן צוויי טעג איבער אַכט טאָג אין מעלבורן, וווּ זיי וועלן אַרומרעדן די רעזולטאַטן פֿון זייערע פֿאָרש־אַרבעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.