„אייראָוויזיע-2014‟

„Eurovision-2014‟

קאָנטשיטאַ וווּרסט
Getty Images
קאָנטשיטאַ וווּרסט

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published May 13, 2014, issue of June 06, 2014.

נאַציאָנאַלע קולטורן טראָגן אין זיך, בדרך-כּלל, אַן עלעמענט פֿון קאַרנאַוואַל — אַ טאָג צי מער, ווען ס‘איז דערלויבט צו טאָן אַזעלכע זאַכן, וועלכע אַנדערש זײַנען זיי אָסור. ייִדן זײַנען אין דעם זין מיט „די לײַט‟ גלײַך: פּורים שטעלט מיט זיך פֿאָר, אין תּוך אַרײַן, אַ קאַרנאַוואַל, מיט אַ פּורים-שפּיל, מיט משקה און אַנדערע זאַכן. אמת, גאָר שטרענגע שומרים פֿון מאָראַל, בפֿרט צווישן חסידים, דערלויבן ניט צו פֿיל פֿרײַהייט אין אַזאַ טאָג.

מע דערלויבט ניט, אַ שטייגער, אַז מענער זאָלן זיך אָנטאָן ווי פֿרויען, הגם אַנדערע, דווקא אָרטאָדאָקסישע רבנים, האַלטן עס פֿאַר מעגלעך. מע וואָרנט נאָר מע זאָל זיך היטן פֿאַר שעטנז אין די פֿרויען-בגדים, וואָס מע נעמט אויף פּראָקאַט, און די בגדים זאָלן אויסזען צניעותדיק. אַ שטיקל סקאַנדאַל האָט הײַיאָר אַרויסגערופֿן דער בלאָנדער פּאַרוק, וועלכן עס האָט אויף פּורים אָנגעטאָן — טאַקע קאַרנאַוואַליש — הרבֿ דוד סתּיו (סטאַוו), אַן אָנגעזעענער פֿאָרשטייער פֿונעם ישׂראלדיקן כּלי-קודש.

שוין אין משך פֿון 59 יאָר עקזיסטירט אין אייראָפּע אַ מין קאַרנאַוואַל, וואָס הייסט, „אייראָָוויזיע‟. איין מאָל אַ יאָר קלײַבן זיך צונויף פֿאָרשטייער פֿון צענדליקער אייראָפּעיִשע לענדער, ווי אויך ישׂראל, מע זינגט, און דער טעלעוויזיע-עולם קען טעלעפֿאָניש שטימען פֿאַר די זינגער. דער דאָזיקער פֿאַרמעסט איז געוואָרן באַזונדערס גרויס, ווען עס האָבן זיך צעברעקלט די געוועזענע פֿעדעראַטיוו-אָרגאַניזירטע קאָמוניסטישע לענדער: דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, יוגאָסלאַוויע און טשעכאָסלאָוואַקײַ.

פֿאַרטראַכט איז עס געווען ווי אַן אונטערנעמונג, אין גאַנצן אָפּגעריסן פֿון פּאָליטיק. אָבער פּאָליטיק שפּילט, אין דער אמתן, עפּעס אַ ראָלע, צומאָל אַ גאַנץ ממשותדיקע, בפֿרט בשעת דעם אָפּשטים. מיט אַנדערע ווערטער: דער פֿאַרמעסט גופֿא קען זײַן אָפּגעריסן פֿון פּאָליטיק, אָבער די מענטשן, וואָס שטימען, לעבן, פֿאַרשטייט זיך, לחלוטין ניט אָפּגעזונדערט פֿון די געשעענישן, וועלכע קומען פֿאָר אין דער וועלט.

פּאָליטיק פֿילט זיך אויך אין דעם, וואָס די רעגירונגען ווילן געווייטלעך, אַז זייער זינגער זאָל געווינען. ערשטנס, שאַפֿט עס אַ גוטן געמיט אין געזעלשאַפֿט. צווייטנס, מוז דאָס לאַנד, וועמענס זינגער האָט געוווּנען, זײַן דער גאַסטגעבער פֿונעם קומענדיקן „אייראָוויזיע‟-פֿאַרמעסט — אַ גוטע געלעגנהייט צו שאַפֿן אַ גוטן, טוריסטיש-אַטראַקטיוון אימאַזש פֿון דער גאַסטגעבערישער מדינה.

הײַיאָר איז דער פֿאַרמעסט אַדורך אין קאָפּענהאַגען. ווײַל די צאָל לענדער-אָנטיילנעמער איז גרויס, מאַכט מען פֿריִער האַלב-פֿינאַלן און שוין דערנאָך קומט די קולמינאַציע, דער פֿינאַל. אַגבֿ, שוין צום פֿערטן מאָל איז דער פֿינאַל געווען אָן אַ ליד פֿון ישׂראל; ווידער האָט מען דאָרטן אויסגעקליבן אַ זינגערין און אַ ליד, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן שטעקן אין האַלב-פֿינאַל. כאָטש אַ מאָל האָט דער מצבֿ אויסגעזען גאָר אַנדערש: אין די יאָרן 1978, 1979 און 1998 האָבן די ישׂראלדיקע זינגער פֿאַרנומען די ערשטע ערטער. אַ סך מענטשן געדענקען נאָך, וואָס האָט זיך אָפּגעטאָן אין 1998, ווען עס האָט געוווּנען דנה אינטערנעשנל — אַזאַ נאָמען האָט זיך גענומען שרון (ירון) כּהן, אַ טראַנס-פֿרוי, געבוירן ווי אַ ייִנגל.

עפּעס ענלעכס איז פֿאָרגעקומען הײַיאָר. געוווּנען האָט די עסטרײַכישע זינגערין קאָנטשיטאַ וווּרסט, וואָס איז געבוירן געוואָרן ווי טאָנאַס נויווירט. אמת, מיר איז פֿאַרבליבן ניט קלאָר, צי דאָ גייט די רייד וועגן „איבערמאַכן זיך‟ אין אַ פֿרוי, ווי עס האָט געהאַט געטאָן דנה אינטערנעשנל, אָדער דאָס איז נאָר דער אַפּאַטאַזש-אימאַזש, וואָס ווערט אָנגענומען פֿאַר דער בינה. אַזוי צי אַזוי, זינגט קאָנטשיטאַ וווּרסט פּרעכטיק, און זי האָט געוווּנען דעם פֿאַרמעסט, זיך אָפּרײַסנדיק היפּש פֿון אַלע אַנדערע אָנטיילנעמער. דער עסטרײַכישער פּרעזידענט הײַנץ פֿישער האָט געזאָגט, אַז „דאָס איז ניט בלויז אַ נצחון פֿאַר עסטרײַך, נאָר קודם-כּל אַ נצחון פֿון טאָלעראַנץ אין אייראָפּע‟.

דאָס הייסט, אָבער, ניט, אַז אַלע אייראָפּעער זײַנען שוין אַזוי אויסערגעוויינטלעך טאָלעראַנט. דער רעכטער, קאָנסערוואַטיווער עולם איז בכלל קעגן אַזעלכע אייראָפּעיִשע פֿאַרמעסטן. און עס כאַפּט אים אַרום אַ קדחת, ווען ער הערן און זעט אַזעלכע פּאַרשוינען, וועלכע פֿאַלן ניט צונויף מיטן סדום-בעטל פֿון זייער „סטאַנדאַרט‟.

אין גרויס-בריטאַניע, אַ שטייגער, האָט מען דורכגעפֿירט אַן אויספֿרעג מכּוח דער באַציִונג צו „אייראָוויזיע‟. באַזונדערס, ענטוזיאַסטיש וועגן דעם פֿאַרמעסט זײַנען געווען ליבעראַל-דעמאָקראַטן, ווייניקער ענטוזיאַסטיש — די לייבאָריסטן, נאָך ווייניקער — די קאָנסערוואַטאָרן, און פּשוט נעגאַטיוו — די אָנהענגער פֿון דער „אומאָפּהענגיקייט-פּאַרטיי‟, וועלכע ווילן אַרויספֿירן דאָס לאַנד פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. און אַ בילד פֿון אַזאַ סאָרט זעט מען אין יעדן לאַנד.

מיט אַ האַרצווייטיק האָט מען אויף דעם דאָזיקן רעזולטאַט רעאַגירט אין רוסלאַנד. דאָרטן האָט מען עס אויפֿגענומען פֿאַר אַ פֿרישן סימן פֿון דעם מאָראַלישן אונטעגאַנג פֿון דער מערבֿדיקער וועלט. ווי איינער פֿון די עקסטרעם רעכטע מיטגלידער פֿון דער „דומאַ‟ האָט געזאָגט: „אייראָפּע איז אין גאַנצן פֿאַרפֿוילט געוואָרן. עס זײַנען מער ניטאָ דאָרטן קיין מענער און פֿרויען, עס בלײַבט נאָר אַ דאָס‟. עס האָט זיי געוואַלדיק פֿאַרדראָסן, אַז די רוסישע זינגער, אַ סימפּאַטיש צווילינג, האָט פֿאַרנומען נאָר דאָס זיבעטע אָרט, נידעריקער פֿון אוקראַיִנע. און ס‘איז קלאָר, אַז אַ סך מענטשן האָבן געשטימט קעגן רוסלאַנד צוליב אוקראַיִנע, ווי אויך צוליב דער גאָר ניט קיין טאָלעראַנטער באַציִונג צו סעקסועלע מינאָריטעטן.