ווי מאָדנע דאָס זאָל ניט קלינגען, גיט די נײַע פֿילם־קאָמעדיע „אַן אַלפֿאָנס אין די יאָרן‟ (Fading Gigolo) אַ טיפֿן אַרײַנבליק אינעם הײַנטיקן ניו־יאָרקער לעבן, דער עיקר, פֿון די ייִדן. פֿון איין זײַט, האָט אַ גרויסער טייל פֿונעם פֿילם צו טאָן מיט די חסידים, וואָס זיי ווערן פּרעזענטירט אויף אַ פּאָזיטיוון, אָבער אומפּינקטלעכן אופֿן; און פֿון דער צווייטער זײַט, שפּילט אַ הויפּט־ראָלע אינעם פֿילם וווּדי אַלען, וואָס ער איז זינט צענדליקער יאָרן געוואָרן אַ סימבאָל פֿון וועלטלעכער ייִדישקייט. דאָ איז ער ניט בלויז וועלטלעך, נאָר אַ זינדיקער אויף אַ הויכער מדרגה פֿון זינדיקייט: ער שפּילט אַן אַלפֿאָנס (אויף אַמעריקאַנער ייִדיש — אַ „פּימפּ‟) און ער לעבט מיט אַ שוואַרצער פֿרוי, ניט קיין ייִדישער. דער קולמינאַציע־פּונקט פֿונעם פֿילם איז אַ דין־תּורה אין וויליאַמסבורג, וווּ אַלענס פּערסאָנאַזש דאַרף זיך פֿאַרענטפֿערן פֿאַר זײַנע מעשׂים פֿאַר דרײַ באַשטרײַמלטע דיינים.
דער העלד פֿונעם פֿילם איז אָבער ניט אַלען, נאָר דזשאָן טורטוראָ, וואָס ער האָט אים אויך רעזשיסירט און אָנגעשריבן דעם סצענאַר. טורטוראָ איז ניט קיין ייִד (ווי זײַן נאָמען זאָגט אַליין), אָבער ער האָט אין זיך אַ ביסל פֿון דער אויסטערלישקייט און אומגעלומפּערטקייט, וואָס ווערט אין האַליוווּד אָפֿט פֿאַררעכנט פֿאַר ייִדישע אייגנשאַפֿטן. ער האָט געשפּילט אין אַ סך פֿילמען פֿון די כּהן־ברידער, למשל, דעם ייִדישן שלימזל אין „באַרטאָן פֿינק‟. דאָ מאַכט ער דעם אָנשטעל אין עטלעכע סצענעס, אַז ער איז אַ ספֿרדישער.
דער קיצור פֿון דער מעשׂה איז אַזאַ: אַלענס פּערסאָנאַזש, דער בעל־הבית פֿון אַ באַנקראָטירטן ביכערקראָם, טראַכט אַרײַנצוגיין אין אַ נײַער בראַנזשע, צוזאַמען מיט טורטוראָס העלד, זײַן חבֿר פֿון די קינדער־יאָרן, וואָס אַרבעט דערווײַל טיילצײַטיק ווי אַ פֿלאָריסט. אַלענס דאָקטערשע האָט אים דערציילט, אַז זי זוכט אַ מאַן פֿאַר אַ „מענאַזש אַ טרואַ‟, און אַלען מיינט, אַז זײַן חבֿר וואָלט געווען אַ גוטער קאַנדידאַט פֿאַר דער אַרבעט. נאָך אַ ביסל קווענקלענישן גייט טורטוראָ אײַן אויפֿן געשעפֿט, און ער ווײַזט זיך אַרויס ווי זייער אַ פֿעיִקער ליובאָווניק. דער נאָכפֿרעג איז גרויס און באַלד וויל יעדע פֿרוי צאָלן טויזנט דאָלאַר, כּדי צו שלאָפֿן מיטן דאָזיקן שטילן מיטל־יעריקן בלומען־גערטנער.
אַוודאי, איז אַן אַבסורד צו טראַכטן, אַז אַזעלכע שיינע פֿרויען, ווי די אַקטריסעס שרון סטאָון און סאָפֿיאַ ווערגאַראַ, וואָלטן געדאַרפֿט צאָלן טויזנטער, כּדי צו געפֿינען מיט וועמען צו „שלאָפֿן‟. ניט אומזיסט הייסט האַליוווּד די שטאָט פֿון חלומות — ווײַל די מענער, וואָס מאַכן די פֿילמען, מאָלן אויס אויפֿן עקראַן זייערע אייגענע חלומות. און אין דעם פֿאַל האָט עס געטאָן דזשאָן טורטוראָ.
די מעשׂה ווערט מער קאָמפּליצירט, ווען ער פֿאַרליבט זיך אין איינער פֿון זײַנע קליענטקעס, כאָטש ער האָט זי כּמעט ניט אָנגערירט, געמאַכט איר בלויז אַ מאַסאַזש. די אַלמנה פֿון אַ באַקאַנטן חסידישן רבֿ, אַ מאַמע פֿון 6 קינדער, זעט זי אָבער אויס ווי אַ מלאך פֿון הימל (די פֿראַנצויזישע אַקטריסע און מאָדעלקע וואַנעסאַ פּאַראַדיס). צוויי יאָר נאָכן מאַנס טויט, בענקט זי, נעבעך, נאָך אַ ביסל מענערישער וואַרעמקייט און קאָנטאַקט, און נאָך אַ סעסיע מיט טורטוראָ ווערט איר גרינגער אויף דער נשמה.
אָבער די דאָזיקע סעסיעס דערוועקן אַ חשד בײַ אַ חסידישן שכן, איינעם פֿון די וויליאַמסבורגער „שומרים‟, וואָס איז אויך פֿאַרליבט אין איר (געשפּילט פֿון לעוו שרײַבער). דאָס איז ער, וואָס פֿאַרכאַפּט וווּדי אַלענס אַלפֿאָנס און ברענגט אים אויפֿן דין־תּורה, וווּ די גאַנצע געשיכטע ווערט אויפֿגעקלערט. צום סוף, געווינט דער חסיד איר האַרץ און טורטוראָ ענדיקט דעם פֿילם מיט אַ צעבראָכן געמיט.
ניט געקוקט אויף די אַלע אַבסורדן פֿון דער מעשׂה, איז שיין צו זען אַזאַ אָפּטימיסטיש בילד פֿון ניו־יאָרק, וווּ מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע קולטורן לעבן גליקלעך צוזאַמען. הלוואַי וואָלט באמת עקסיסטירט אַ וועלט, וווּ די חסידישע און שוואַרצע קינדערלעך שפּילן זיך אין בייסבאָל צוזאַמען; וווּ פֿרומע און פֿרײַע ייִדן, און ניט־ייִדן אויך, לעבן און אַרבעטן צוזאַמען בשלום; וווּ אַ ליבע צווישן אַ חסידישער אַלמנה און אַן איטאַליענישן פֿלאָריסט קען געמאָלט זײַן; וווּ אונטערן שייטל טראָגט זי נאָך די שיינע לאַנגע האָר, ווי פֿאַר דער חתונה; וווּ פּראָסטיטוציע ברענגט נחמה און וואַרעמקייט פֿאַר עלנטע פֿרויען, און ניט זייער עקספּלואַטאַציע און פֿאַרשקלאַפֿונג.
דאָס איז אַלץ דזשאָן טורטוראָס פֿאַנטאַזיע, פֿאַרשטייט זיך, ניט די ווירקלעכקייט, וואָס מיר קענען. אָבער אַ מאָל, כּדי די וועלט זאָל ווערן אַנדערש, דאַרף מען זי זיך פֿאָרשטעלן אַנדערש. אפֿשר וועלן טויזנטער חסידים לויפֿן זען דעם פֿילם און אײַנזען די שיינקייט פֿון טורטוראָס וויזיע? מע רעדט דאָרט אַפֿילו אַ ביסל ייִדיש — דער עיקר, אונדזער פֿרײַנד, דער ייִדישער אַקטיאָר אַהרן ריקמאַן. צום באַדויערן, האָב איך דאָרט ניט געזען קיין חסידים, ווען איך בין געזעסן אין קינאָ. אפֿשר צוליב די אַלע סעקס־סצענעס…
די דאָזיקע טראַכטענישן האָבן גאָרניט צו טאָן מיט דער פֿראַגע, צי „אַן אַלפֿאָנס אין די יאָרן‟ איז טאַקע אַ גוטער פֿילם. וועגן דעם זײַנען די קריטיקער זיך מחולק, און בײַ מיר איז דאָס בילד אויך ניט קלאָר. עפּעס האָט די מעשׂה זיך ניט געקלעפּט אין גאַנצן, און די אַלע אומפּינקטלעכקייטן אין פּרעזענטירן די חסידישע קולטור האָבן מיך געשטערט צו זען דעם פֿילם מיט אָפֿענע אויגן. די אַנדערע מענטשן אין זאַל, די ניט־ייִדישיסטן, האָבן אים אויפֿגענומען אויף אַ נאַיִוון אופֿן און זײַנען צום סוף קענטיק געווען גערירט; אַ מאָל איז בעסער פֿאַרן קריטיקער ניט צו וויסן צו פֿיל. נאָר פֿון דעסטוועגן, וויל איך אים רעקאָמענדירן, ספּעציעל פֿאַר אַלע אָנהענגער פֿון וווּדי אַלען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.