נײַע מיטלען צו מישפּטן די נאַצי-מערדער

New Tools for Shoah Justice

Yad Vashem

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 13, 2014, issue of June 06, 2014.

במשך פֿון בלויז די לעצטע דרײַ חדשים, האָט מען אין דײַטשלאַנד אָנגעהויבן צענדליקער אויספֿאָרשונגען קעגן מענער און פֿרויען, פֿאַרדעכטיקט אין דינען ווי נאַצי־וועכטער אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אוישוויץ־בירקענאַו. צום ערשטן מאָל, זינט דעם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט מען אָנגעהויבן אַזאַ גרויסע צאָל אויספֿאָרשונגען אין איין צײַט.

ווי עס גיט איבער אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, זענען דאָ דרײַ סיבות דערפֿאַר: ערשטנס, זענען די איצטיקע פּראָקוראָרן — „אייניקלעך‟ פֿון יענעם דור, וואָס האָט געלעבט בעת דער נאַצישער תּקופֿה, זענען זיי עמאָציאָנעל מער דערווײַטערט פֿון די אַמאָליקע נאַציס און במילא פֿילן זיך גרייטער זיי צו מישפּטן.

צווייטנס, ווילן די פּראָקוראָרן מישפּטן די פֿאַרדעכטיקטע, איידער ס׳ווערט צו שפּעט (ס׳רובֿ פֿון די אַמאָליקע נאַצי־וועכטער זענען שוין אין זייערע 80ער און 90ער). ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, קאָן מען הײַנט אויסניצן די נײַסטע טעכנאָלאָגישע מיטלען, איבערצוצײַגן דעם זשורי, אַז דער פֿאַרדעכטיקטער איז טאַקע שולדיק.

ראַלף דיטריך, אַ 37־יאָריקער מלוכישער פּראָקוראָר אין שטוטגאַרט, למשל, פֿירט אָן מיט אַן אויספֿאָרשונג פֿון האַנס ליפּשיץ, אַ 94־יאָריקער דײַטש, וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט געהאַט דעפּאָרטירט אין 1983. דעמאָלט האָבן די דײַטשישע אינסטאַנצן געטענהט, אַז זיי האָבן נישט גענוג באַווײַזן אים צו מישפּטן. האָט דיטריך באַשלאָסן צו באַהאַנדלען דעם ענין ווי עס וואָלט געווען אַ הײַנטיקע קרימינעלע אויספֿאָרשונג.

ניצנדיק די דיגיטאַלישע טעכנאָלאָגיע, און מיט דער הילף פֿון די שטאָט־באַאַמטע אין באַדען־ווירטעמבערג און בערן, האָט דיטריך געשאַפֿן אַ דרײַ־דימענסיאָנעלן מוסטער פֿון אוישוויץ־בירקענאַו, ווײַזנדיק פּינקטלעך, וואָס אַ וועכטער וואָלט געקאָנט זען פֿון זײַן פּאָזיציע, אַפֿילו פֿונעם פֿענצטער אין דער קיך, וווּ ליפּשיץ האָט געאַרבעט ווי אַ קאָכער. „מיר האָבן געדאַרפֿט באַווײַזן מער ווי בלויז דאָס, אַז ער איז דעמאָלט געווען אינעם לאַגער,‟ האָט דיטריך דערקלערט.

„אַ סך געוועזענע וועכטער זאָגן, אַז זיי האָבן גאָרנישט געוווּסט וועגן די מאַסן־הריגות, ווײַל זיי האָבן עס נישט געקענט זען פֿון זייער פּאָזיציע,‟ האָט דיטריך צוגעגעבן. „די נײַע טעכנאָלאָגיע דערלויבט אונדז צו זען, צי דאָס איז טאַקע אמת. וואָס קען מען טאַקע זען פֿון אַ וואַכטורעם? קען מען זען די קוימענס פֿון דער קרעמאַטאָריע? קען מען זען דעם רויך?‟

דיטריך האָט אויך זיך באַניצט מיט די פּרטימדיקע טאַבעלעס פֿון די נאַצישע חשבון־ביכער און טאָגביכער, וווּ די אָפֿיצירן פֿלעגן אויסרעכענען די פּינקטלעכע צאָל דערהרגעטע. ליפּשיצס קאָמאַנדיר, למשל, האָט אויך געהאַלטן אַ חשבון פֿון די צײַטן, ווען ליפּשיץ איז געשטאַנען אויף דער וואַך.

דערנאָך האָט דיטריך איבערגעקוקט די רשימות פֿון די דעפּאָרטירטע, ווען זיי זענען אָנגעקומען אין אוישוויץ־בירקענאַו, און אַזוי איז ער דערגאַנגען צו דעם, וויפֿל מענטשן זענען אָנגעקומען אונטער ליפּשיצס וואַך. ער האָט אַראָפּגערעכנט די צאָל לעבן־געבליבענע פֿון דער רשימה, און אַזוי איז ער געקומען צום סך־הכּל פֿון די מענטשן, וואָס זענען דערהרגעט געוואָרן אין ליפֿשיצס שיכט: 10,510. דערמיט האָט דיטריך איבערגעגעבן אַ לעגאַלע באַרעכטיקונג, פֿאָרמעל צו באַשולדיקן ליפּשיץ ווי אַ קאָלאַבאָראַטאָר אין די מאָרדן.

די איינציקע מניעה, וואָס דיטריך האָט אָבער נישט געקענט בײַקומען, איז דער הויכער עלטער פֿונעם פֿאַרדעכטיקטן. נאָך דעם ווי די עקספּערטן האָבן געזאָגט, אַז ליפּשיץ ווײַזט שוין אַרויס סימפּטאָמען פֿון זײַן עובֿר־בטל, האָט דאָס מלוכישע געריכט געפּסקנט, דעם 28סטן פֿעברואַר, אין גאַנצן אָפּצולאָזן דעם ענין.

הגם דיטריך וועט קיין מאָל נישט וויסן, צי זײַנע טעכנאָלאָגישע מיטלען וואָלטן געקאָנט איבערצײַגן דעם זשורי, אַז ליפּשיץ איז שולדיק, האָבן אַנדערע פּראָקוראָרן איבער דײַטשלאַנד דערווײַל אָנגעהויבן ניצן ענלעכע דיגיטאַלישע מיטלען. זיי זענען אין אַן אָפֿטער פֿאַרבינדונג איינער מיטן צווייטן, וואָס שייך געפֿינען די בעסטע סטראַטעגיע.

„מיר שרײַבן זיך דורך און שטיצן איינער דעם צווייטן,‟ האָט באַמערקט שטעפֿאַן אורבאַנעק, אַ 52־יאָריקער פּראָקוראָר אין שווערין. אורבאַנעק פֿירט אָן מיט אַן אויספֿאָרשונג פֿון אַ 93־יאָריקן מאַנסביל, וואָס האָט געאַרבעט ווי אַ סאַניטאַר פֿונעם לאַגער אין 1944, און איז לעצטנס אַרעסטירט געוואָרן ווי אַ קאָלאַבאָראַטאָר אינעם מאָרדן מער ווי 1,700 מענטשן אין אוישוויץ.

דער אינטערעס צו מישפּטן די געוועזענע נאַצי־וועכטער איז אַ גרויסער שפּרונג פֿונעם פֿריִערדיקן דור פּראָקוראָרן, וואָס האָבן נישט געהאַט קיין חשק אויסצופֿאָרשן די מעשׂים פֿון די געוועזענע וועכטער, האָט דערקלערט נייטאַן שטאָלצפֿוס, אַ געשיכטע־פּראָפֿעסאָר בײַם פֿלאָרידער שטאַט־אוניווערסיטעט. „דאָס ווײַזט אונדז, וויפֿל מע קען אויפֿטאָן, ווען אַלע אַרבעטן צוזאַמען,‟ האָט ער געזאָגט.