די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אינעם ניו־יאָרקער „אינסטיטוט פֿאַר דײַטשיש־ייִדישער געשיכטע אויפֿן נאָמען פֿון לעאָ באַעק‟ געפּראַוועט דעם 100טן געבוירן־טאָג פֿון גאַבי גליקזעליג, די אָרגאַניזאַטאָרין פֿונעם „שטאַמטיש‟ — די וואָכנטלעכע צוזאַמענטרעפֿן פֿון אימיגראַנטן, וואָס פּרוּוון אָפּצוהיטן זייער דײַטשישע און עסטרײַכישע קולטור אין אַמעריקע.
בערך 50 מענטשן זענען געקומען צו פּראַווען גליקזעליגס געבוירן־טאָג. קורט זאָנענפֿעלט, אַ 88־יאָריקער מאַן פֿון ווין, וועלכער איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע דורך פֿראַנקרײַך אינעם יאָר 1940, איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ רעדע וועגן איר גאַסטפֿרײַנטלעכן און הומאָריסטישן כאַראַקטער.
צוויי פּליטים, דער בײַערישער שרײַבער אָסקאַר מאַריאַ גראַף, און זײַן ווינער חבֿר דזשאָרדזש האַרי אַשער, האָבן געגרינדעט די דאָזיקע אונטערנעמונג אינמיטן דער צווייטער וועלט־מלחמה. זינט דעמאָלט, האָבן גרופּעס עמיגראַנטן — סײַ ייִדישע, סײַ נישט־ייִדישע — זיך כּסדר געטראָפֿן יעדן מיטוואָך אין פֿאַרשיידענע ניו־יאָרקער רעסטאָראָנען.
אינעם יאָר 1988, האָט גליקזעליג פֿאָרגעלייגט דורכצופֿירן אַ צוזאַמענטרעף פֿון פֿאַרשיידענע דורות דײַטשיש־רעדנדיקע עמיגראַנטן אין איר דירה, וואָס געפֿינט זיך אין יאָרקוויל, צפֿון־מיזרחדיקער טייל פֿון מאַנהעטן. זינט דעמאָלט, האָט זי אָנגעפֿירט מיט די באַגעגענישן במשך פֿון 25 יאָר.
נאָכן פּענסיאָנירן אין די 1980ער יאָרן, האָט גליקזעליק פֿרײַוויליק געהאָלפֿן דעם „אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון לעאָ באַעק‟ צו אַרכיווירן פֿאָטאָגראַפֿיעס און מאַנוסקריפּטן. דאָרטן האָט זי זיך געטראָפֿן מיט די עסטרײַכישע יונגע־לײַט, וועלכע האָבן זי פֿאַרבעטן צו באַטייליקן זיך אינעם „שטאַמטיש‟.
איך האָב זיך צום ערשטן מאָל באַטייליקט אין דער דאָזיקער גרופּע נישט לאַנג צוריק, פּסח. הגם אַ טייל מיטגלידער און אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם „שטאַמטיש‟ זענען ייִדן — אַרײַנגערעכנט גאַבי גליקזעליג און איר פֿאַרשטאָרבענעם מאַן, פֿריץ, אַ פּאָעט און אַן אַנטיק־הענדלער — באַטראַכטן זיי נישט די באַגעגענישן ווי אַ ייִדישע אונטערנעמונגען. איך האָב מיטגעבראַכט אַ קעסטל מיט כּשרע פּסחדיקע נאַשערײַען. ווען איך האָב דערציילט דעם פֿאַרזאַמלטן עולם, וואָס שליסן אײַן מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע גרופּעס, פֿון יוגנט ביז זקנים, אַז איך בין אויפֿגעוואַקסן אין ווין, האָבן די גרופּע־מיטגלידער אָנגעהויבן פֿרעגן, אויף וועלכער גאַס איך האָב געוווינט און אין וואָסערע שול האָב איך זיך געלערנט. איינער פֿון די פֿאַרזאַמלטע, ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט געוווינט אויף דער שכנישער גאַס.
ווען איך האָב צוגעגעבן, אַז איך וויל בלײַבן לענגער אין ניו־יאָרק און אַז איך שרײַב אַרטיקלען פֿאַרן Forward, האָט מען בײַ מיר געפֿרעגט, צי איך קען ייִדיש. כ׳האָב געענטפֿערט, אַז ניין…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.