ס׳איז אונדז, וואָס זענען געבוירן געוואָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, שווער צו פֿאַרשטיין, אַז אַ סך פּוילישע ייִדן זענען געווען געקניפּט און געבונדן מיט דער פּוילישער קולטור. זיי האָבן געהאַלטן פּוילן פֿאַר זייער לאַנד. זיי האָבן אַפֿילו נישט געטראַכט וועגן עמיגראַציע.
יעזשי יוראַנדאָט איז געווען צווישן אַזעלכע ייִדן. ער איז געווען אַ באַרימטער מחבר פֿון לידער און סקעטשן. אַפֿילו אין דער וואַרשעווער געטאָ האָט ער ממשיך געווען זײַן גלענצנדיקע טעאַטראַלע קאַריערע, ווי דער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון טעאַטער „פֿעמינאַ‟, וואָס פֿונקציאָנירט עד־היום אין מיטן וואַרשע.
זונטיק דעם 11טן מײַ האָט דער וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער אָפּגעמערקט דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון יעזשי יוראַנדאָט. יוראַנדאָט (זײַן אמתער נאָמען איז געווען גלײַכגעוויכט) איז געווען איינער פֿון די הויפּט־שאַפֿערס פֿון קליין-קונסט טעאַטערס אין דער פּוילישער הויפּט־שטאָט אין די 1930ער יאָרן, צווישן זיי „באַנדאַ‟ און „קווי פּראָ קוואָ‟. יוראַנדאָט האָט אויך געשריבן דיאַלאָגן און לידער פֿאַר פֿילמען. זײַנע לידער ווערן געזונגען אויך הײַנט, און גאַנץ פּוילן קען זיי.
יוראַנדאָט און זײַן פֿרוי זענען אַרײַן אין דער געטאָ, און ערשט אין 1942 איז ער אַנטלאָפֿן און זיך באַהאַלטן בײַ פּוילישע חבֿרים אויף דער אַרישער זײַט.
נאָך דער מלחמה האָט ער ממשיך געווען זײַן קאַריערע. אונטער זײַן קינסטלערישער לייטונג איז דער סאַטירישער קאַבאַרעט „סירענאַ‟ געוואָרן זייער פּאָפּולער, צוערשט, אין לאָדזש, און שפּעטער — אין וואַרשע.
די אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער האָבן געשפּילט און געזונגען יוראַנדאָטס טעקסטן. מוזיק צו זײַנע טעקסטן האָבן געשאַפֿן באַרימטע פּויליש-ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן, ווי וואַרס, ווילער און שפּילמאַן — יאָ, דער זעלבער וולאַדיסלאַוו שפּילמאַן, וואָס איז אונדז אַזוי גוט באַקאַנט פֿון ראָמאַן פּאָלאַנסקיס פֿילם „דער פּיאַניסט‟.
דער פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן אָדער TSKZ האָט אַ שיין הויז אין די אָטוואָצקער וועלדער. אָטוואָצק געפֿינט זיך 30 קילאָמעטער פֿון וואַרשע. פֿאַר דער מלחמה האָט אָטאָווצק, וואָס ליגט אין מיטן פֿון געדיכטע וועלדער, געשעמט ווי אַ קוראָרט פֿאַר טובערקולאָז־געליטענע. אַנ-סקי, דער מחבר פֿונעם „דיבוק‟, האָט דאָרט פֿאַרבראַכט זײַנע לעצטע טעג אויף דער דאַטשע פֿון אַלטער קאַציזנע. נישט נאָר קראַנקע, סתּם וואַרשעווער ייִדן פֿלעגן פֿאַרברענגען דעם זומער אויף דאַטשע אין אָטוואָצק.
דאָס הויז פֿון פֿאַרבאַנד האָט געדינט נאָך דער מלחמה ווי אַ יתומים-הויז פֿאַר ניצול־געבליבענע קינדער. הײַנט איז דאָס הויז אַ האָטעל און אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר יום-טובֿים און שׂימחות.
שבת האָט דער פֿאַרבאַנד אײַנגעלאַדן זײַנע מיטגלידער פֿון גאַנץ פּוילן אויף צוויי טעג, צו דער פֿײַערונג לכּבֿוד מדינת-ישׂראל און איר טאָג פֿון אומאָפּהענגיקייט.
די קינדער האָבן זיך געשפּילט אינעם וועלדל, און פֿאַר די דערוואַקסענע האָבן דער פּיאַניסט יאַנוש טילמאַן און די זינגערין יאָאַנאַ סטעפּאַנסקאַ פֿאָרגעשטעלט אויסצוגן פֿון אָפּערעטעס. די אמתע אַטראַקציע איז אָבער געווען דער אייגענער קינדער-טעאַטער, וואָס האָט געזונגען נישט סתּם לידער, נאָר טאַקע לידער פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר, ווי „יאָמע-יאָמע‟, „בובליטשקי‟ און אַנדערע. צום סוף, האָט געשפּילט אַן אָרקעסטער לײַכטע אַמעריקאַנער מוזיק אינעם סטיל פֿון בעני גודמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.