לעצטנס, האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַן עולם פֿון אַרום 50 מענטשן אינעם נײַ־רעמאָנטירטן זאַל פֿונעם „באַוערי פּאָעזיע־קלוב‟, אויפֿן דרומדיקסטן טייל פֿון מאַנהעטן, כּדי צו הערן אַן אייגנאַרטיקן קאָנצערט. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דער שיינער זאַל פֿאַרמאָגט אַן עלעגאַנטן דעקאָר און צייכענונגען אויף די ווענט אויף קריסטלעכע סוזשעטן מיט מלאכים און כּרובֿים, איז דער עולם געקומען צו הערן מוזיק פֿון גאָר אַן אַנדער קולטערעלער סבֿיבֿה: ייִדן, אָפּשטאַמיקע פֿון דער אַמאָליקער אָטאָמאַנישער אימפּעריע.
די פּראָגראַם האָט אײַנגעאָרדנט דער „אַליאַנץ פֿאַר באַדראָטע שפּראַכן‟, וואָס איז געגרינדט געוואָרן אין 2008 דורכן לינגוויסט דניאל קויפֿמאַן. די אָרגאַניזאַציע האָט לכתּחילה געטראָגן דעם נאָמען „שטאָטישע פֿעלד־סטאַנציע פֿאַר לינגוויסטישער פֿאָרשונג‟. הײַנט פֿירט קויפֿמאַן אָן מיט דער אָרגאַניזאַציע, צוזאַמען מיט זײַן וויצע־פֿאַרוואַלטער, ראָס (שמואל) פּערלין, וואָס איז באַקאַנט דעם „פֿאָרווערטס‟־לייענער, מיט זײַנע ווידעאָ־רעפּאָרטאַזשן פֿון כינע. ווי מע פֿאַרשטייט פֿונעם פֿריִערדיקן נאָמען, איז אַנשטאָט צו שיקן לינגוויסטן אין אַלע עקן וועלט, כּדי זיך צו דערוויסן וועגן זעלטענע שפּראַכן, אַרבעט דער „אַליאַנץ פֿאַר באַדראָטע שפּראַכן‟ אין שטאָט ניו־יאָרק מיט די אימיגראַנטן, וועלכע קענען אָט די שפּראַכן פֿון זייערע היימלענדער. דער „אַליאַנץ‟ העלפֿט זיי דורכן דאָקומענטירן זייער אופֿן פֿון רעדן, צו אָרגאַניזירן שפּראַך־קלאַסן און לערנען אַקטיוויסטן, ווי אַזוי אויפֿצולעבן זייערע שפּראַכן. דער „אַליאַנץ‟ פֿירט אויך אָן מיט קולטורעלע אונטערנעמונגען פֿאַרן ברייטערן עולם, אַרויסצוברענגען די מוזיק און ליטעראַטור פֿון פֿאַרשידענע באַדראָטע שפּראַכן.
אין דער זעקסטער פּראָגראַם פֿון דער סעריע Unheard Of (ניט געהערט פֿון דעם) האָט מען פֿאָרגעשטעלט צוויי זינגער, וועלכע רעפּערעזענטירן ווייניק־באַקאַנטע ייִדישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס; די טראַדיציאָנעלע פּיוטים, פּזמונים און בקשות פֿון חאלב (Aleppo) און פֿאָלקסלידער פֿון די דזשודעזמאָ־רעדנדיקע סאַלאָניקער ייִדן. קויפֿמאַן האָט איבערגעגעבן דעם עולם, אַז ער האָט אויסגעקליבן די סירישע און גריכישע ייִדישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס צוליב דעם טאַלאַנט פֿון די צוויי זינגער, און ניט ווײַל זיי זענען מער וויכטיק אָדער אינטערעסאַנט ווי אַנדערע ייִדישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס. קויפֿמאַן האָט אויך געזאָגט, אַז ער האָט בכּיוון ניט אויסגעקליבן אַ מער באַרימטע באַדראָטע ייִדישע מוזיקאַלישע טראַדיציע (דאָס הייסט, ייִדיש), ווײַל זי איז גוט באַקאַנט דעם ניו־יאָריקער עולם. געזונגען אינעם ערשטן טייל פֿון פּראָגראַם האָט דער חזן יוחאי כּהן, אַן ישׂראלי, וואָס וווינט שוין יאָרן לאַנג אין ברוקלין, וועמענס משפּחה שטאַמט פֿון חאלב. אויף דזשודעזמאָ האָט אויפֿגעטראָטן די זינגערקע שׂרה אַראָעסטע.
חזן כּהן האָט אָנגעהויבן זײַן טייל פֿון דער פּראָגראַם מיט אַ תּפֿילה, לכּבֿוד אַ „יום ההילולא‟; אָדער אַ חתונה אָדער אַ יאָרצײַט פֿון אַ רבֿ, געזונגען, פֿאַרשטייט זיך, אין אַן אַראַבישן סטיל. אויפֿן אוד האָט אים באַגלייט זאַפֿיר טאַויִל, אַ פּאַלעסטינער פֿון מיזרח־ירושלים, וואָס האָט אויך מיטגעזונגען אַ פּאָר פֿון די לידער. די ווערטער פֿון ס׳רובֿ פּיוטים האָבן זיי געזונגען סײַ אויף העברעיִש און סײַ אויף אַראַביש.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די הבֿרה פֿון די סירישע ייִדן איז גאַנץ אַנדערש פֿון דער העברעיִש, וואָס מע רעדט הײַנט אין מדינת־ישׂראל. אין די פּיוטים האָט כּהן אַרויסגערעדט „ח‟ און „כ‟ ווי צוויי גאָר באַזונדערע קלאַנגען, אַזוי ווי מע האָט, גענוצט באַזונדערע קלאַנגען פֿאַר אַלע העברעיִשע אותיות אין די ביבלישע צײַטן. אין כּהנס סירישן אַרויסרייד האָט דער „כ‟ געקלונגען פּינקטלעך ווי אויף ייִדיש, אָבער דער „ח‟ האָט פֿאַרמאָגט גאָר אַן אַנדער קלאַנג. „ת‟ האָט ער אַרויסגערעדט ווי „ט‟, אַזוי ווי אינעם הײַנטיקן ישׂראלדיקן עבֿרית, אָבער אַנדערש פֿון די איראַקער און תּמינער ייִדן, וועלכע רעדן אים אַרויס אַזוי ווי th אין ענגליש. נאָכן זינגען האָט כּהן דערקלערט דעם עולם וועגן די פֿאַרשידענע גאַמעס אין דער מוזיקאַלישער טראַדיציע פֿון סירישער ייִדן. ספּעציעל וויכטיק איז דער „מאַקאַם‟, אַ מין גאַמע, וואָס איז זייער פֿאַרשפּרייט אין די טראַדיציאָנאַלע אַראַבישע געבעט־לידער, סײַ בײַ מוסלמענער און סײַ בײַ ייִדן און קריסטן. דער „מאַקאַם‟ איז אַ מעלאָדישע מאָדע, באַזירט אויף פּינקטלעכע אינטערוואַלן צווישן נאָטן, אָבער ער טראָגט ניט קיין ריטמישן קאָמפּאָנענט.
דער „מאַקאַם‟ איז דער סאַמע יסוד פֿון דער אַראַבישער מוזיק. בײַ די מיזרח-ייִדן ווערן באַזונדערע „מאַקאַמען‟ פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשידענע יום־טובֿים און פּרשות פֿון דער וואָך. כּהן האָט דערקלערט, אַז ספּעציעלע שׂימחות, ווי בריתן, און חתונות פֿאַרמאָגן זייערע אייגענע ספּעציעלע „מאַקאַמען‟. ער האָט ווײַטער דערקלערט, אַז כאָטש ס׳זענען דאָ מער ווי 120 פֿאַרשידענע ייִדישע „מאַקאַמען‟ און טויזנטער פֿאַרשידענע פּיוטים, בקשת און פּזמינים, וועלכע באַנוצן זיך מיט זיי, זענען דאָ אַכט הויפּט־סטילן פֿונעם „מאַקאַם‟, וואָס אַלע מיזרח־ייִדן האָבן געקענט. מיט די אַכט „הויפּט־מאַקאַמען‟ האָט יעדער מיזרח־ייִד זיך געקענט גאָר גיך אויסלערנען אַ נײַעם פּיוט און מיטזינגען מיטן חזן.
אינעם צווייטן טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט שׂרה אַראָעסטע געזונגען סײַ טראַדיציאָנעלע און סײַ אָריגינעלע לידער אויף דזשודעזמאָ אין אַ האַלב־טראַדיציאָנעלן און האַלב־„פּאָפּישן‟ סטיל. בעת זי האָט געזונגען איר אָריגינעל ליד Chika Morena „דאָס טונקעלע מיידל‟ האָט מען באַוויזן אַ פֿילם פֿון איר באָבע־זיידע אויף זייער קוש־וואָך אין גריכנלאַנד אין די 1930ער יאָרן. דאָס ליד „דאָס טונקעלע מיידל‟ באַהאַנדלט אַ מיידל, אַ מעטאַפֿאָרישע פֿאַרקערפּערונג פֿונעם ספֿרדישן ייִדנטום, וואָס כאָטש זי וואַנדערט אַרום איבער דער וועלט שוין מער ווי 500 יאָר, בענקט זי נאָך אַלץ נאָך איר היימלאַנד, ספֿרד.
אָט איז אַן אויסצוג פֿונעם ליד, פֿרײַ איבערגעזעצט אויף ייִדיש:
„איך בין די שוואַרצע שיינינקע
די מיט לאַנגע האָר
און שווערע אויגן,
אָבער מיט אַ פֿריילעך האַרץ.
איך לעב שוין טויזנט יאָר
איך האָב געוואַנדערט איבער ימען און גרענעצן
איך וועל, אין אַ געבענטשטן טאָג, צוריקקומען אין מײַן היימלאַנד,
וווּ עס וואַרט אויף מיר דער מאַמעס וואַרעמקייט.‟
אין אַן אַנדער אָריגינעל ליד, וואָס אַראָעסטע האָט געזונגען אויפֿן קאָנצערט, דערמאָנט זי דאָס הפֿקרות פֿון דער הײַנטיקער דזשודעזמאָ־רעדנדיקער וועלט, און וועבט אין דעם ליד אַ טייל פֿון אַן איבערזעצונג פֿון שמואל הנגידס אַ ליד.
דער רעפֿריין פֿונעם ליד גייט אַזוי:
„האָט מוט אַפֿילו ווען דו שטייסט בײַם סאַמע ראַנד פֿון טויט,
ווײַל דאָס לעמפּל האָט נאָך ליכט גלײַך פֿאַרן זיך אויסלעשן
און דער פֿאַרוווּנדערטער לייב ווייסט נאָך אַלץ ווי צו ברומען‟
אַראָעסטע האָט דערקלערט, אַז זי שרײַבט אָריגינעלע לידער אויף דזשודעזמאָ, כּדי אויפֿצוהאַלטן די שפּראַך פֿון אירע אָבֿות און זיך פֿילן נענטער צו זיי. נאָך אירע ערנסטע לידער אויף ייִדישע טעמעס, געפֿינט מען אויך ראָמאַנטישע לידער, וועלכע זענען גאַנץ ענלעך צו הײַנטיקע „פּאָפּ‟־לידער אויף שפּאַניש, אָבער מיט אַ מער מיטלענדישן טעם. אַראָעסטע האַלט, אַז אַזעלכע לידער, כאָטש זיי זענען נײַ־געשאַפֿענע, זענען אויך אַ טייל פֿון דער דזשודעזמאָ־קולטורעלער ירושה, ווײַל ראָמאַנטישע לידער זענען שטענדיק געווען פּאָפּולער בײַ די ספֿרדישע ייִדן. פֿאַר אַ פּאָר לידער אַזעלכע האָט אַראָעסטע געשאַפֿן מוזיק־ווידעאָס, וואָס מע קען זען אויף „יו־טוב‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.