ירושלים. — אין אַ שריט, וואָס גיט פֿרויען נאָך מער געלעגנהייטן צו דינען ווי הלכישע עקספּערטן, האָט דאָס ישׂראלדיקער הויפּט־רבנות צום ערשטן מאָל דערלויבט די פֿרויען צו דינען ווי משגיחים. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן נײַן פֿרויען אָפּגעגעבן דעם עקזאַמען צו ווערן אַ משגיח. אויב זיי האַלטן אויס דעם עקזאַמען, וועלן זיי ווערן די ערשטע פֿרויען צו קאָנטראָלירן דאָס כּשרות פֿון יענע ישׂראלדיקע אינסטיטוציעס, וואָס דאָס רבנות באַשטעטיקט פֿאַר כּשרע ערטער.
די ענדערונג איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ פּעטיציע, וואָס די פֿרומע ישׂראלדיקע פֿרויען־אָרגאַניזאַציע „אמונה‟ האָט אַרײַנגעגעבן אינעם ישׂראלדיקן העכסטן געריכט אין 2012, צו דערלויבן פֿרויען צו דינען ווי משגיחים. מיט אַ יאָר שפּעטער, זעענדיק, אַז דאָס געריכט האָט נאָך אַלץ נישט אַרויסגעלאָזט קיין פּסק וועגן דעם ענין, האָט „אמונה‟ אַליין זיך אונטערגענומען צו געבן אַ זעקס־חדשימדיקן קלאַס פֿאַר פֿרויען, וווּ מע האָט מיט זיי געלערנט אַלע טעמעס, וואָס ווערן צוגעשטעלט צום משגיחים־עקזאַמען פֿונעם הויפּט־רבנות ווי, למשל, ווי צו האַלטן אַן אויג אין קיך, ווען די קאָכער זענען נישט קיין ייִדן, ווי אויך די דינים פֿון שחיטה. סוף־יאָר האָט דער ראַט פֿונעם ישׂראלדיקן הויפּט־רבנות אָפּגעשטימט צו דערלויבן פֿרויען צו ווערן משגיחים.
„אַלץ וואָס עס דערמעגלעכט די פֿרויען אָנטיילצונעמען אינעם רעליגיעזן לעבן, אָן עובֿר צו זײַן אויף דער הלכה, וועלן מיר קעמפֿן דערפֿאַר,‟ האָט דערקלערט ליורה מינקה, די דירעקטאָרין פֿון „אמונה‟. די נײַע משגיח׳טעס וועלן נישט זײַן די ערשטע פֿרויען, וועלכע ווערן באַשטעטיקט פֿאַר עקספּערטן פֿון הלכה. אַ וואַקסנדיקע צאָל פֿרויען דינען, למשל, ווי די אָפֿיציעלע פֿאַרטיידיקער פֿון פֿרויען אין די ישׂראלדיקע בית־דינס, אָדער ווי אומפֿאָרמעלע עצה־געבער פֿאַר שאלות וועגן פֿרויען־געזונט, נידה און סעקסועלע ענינים.
געוויסע אַקטיוויסטן האַלטן, אַז די נײַע אַנטוויקלונגען זענען אַ סימן, אַז פֿרויען ווערן אַלץ אָפֿטער באַטראַכט ווי עקספּערטן פֿון הלכה. אַנדערע האַלטן פֿאַרקערט, אַז די ענדערונגען פֿאַרשטאַרקן די טראַדיציאָנעלע ראָלע פֿון דער פֿרוי אין דער ייִדישער טראַדיציע. טליה ליבי, אַ 23־יאָריקע מאַמע, וועלכע האָט פֿאַרענדיקט דעם קורס, האָט געזאָגט, אַז אַ פֿרוי דאַרף פּשוט וויסן ווי אַזוי צו פֿירן אַ כּשרע קיך. „מיר דאַרפֿן נישט ווערן באַצאָלטע משגיחים, בלויז צו זײַן מער ווי די מענער,‟ האָט זי געזאָגט.
הרבֿ שלמה בן־אליהו, איינער פֿון די לערער אין דעם השגחה־קלאַס פֿאַר פֿרויען, האָט במשך פֿון די לעצטע 15 יאָר שוין סײַ־ווי אומאָפֿיציעל אָנגעשטעלט פֿרויען ווי משגיחים אין געוויסע אינסטיטוציעס אין צפֿון־ישׂראל. ער האַלט נישט, אַז דער קורס באַטרעפֿט אַ רעוואָלוציע אין אָרטאָדאָקסיע, ווײַל די משגיח׳טעס דאַרפֿן זיך נאָך אַלץ האַלטן אַן עצה מיט אַ רבֿ.
אָבער חמדה שלום, אַ 54־יאָריקע מאַמע פֿון פֿינף קינדער, וועלכע האָט אָפּגעגעבן דעם עקזאַמען די פֿאַרגאַנגענע וואָך, זאָגט, אַז ס׳וועט נאָך קומען דער טאָג, ווען פֿרויען וועלן קענען פּסקענען הלכישע ענינים פּונקט ווי די רבנים. „אַ מאָל טרעפֿט, אַז דאָס פֿאָלק באַשטימט אַזוינע זאַכן, און די פֿירער גיבן זייער הסכּמה. מע קען נישט וויסן,‟ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.