שפּילן מיט גענעטישע „צירופֿי־אותיות‟?

Playing God with Genetic Alphabet?

אַ קליינער פֿראַגמענט פֿון דייוו גרינס רעפּליקאַטאָר אינמיטן דעם רעפּליקאַציע־פּראָצעס אין קאָנווייס „לעבן‟.
Yoel Matveyev
אַ קליינער פֿראַגמענט פֿון דייוו גרינס רעפּליקאַטאָר אינמיטן דעם רעפּליקאַציע־פּראָצעס אין קאָנווייס „לעבן‟.

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 15, 2014, issue of June 06, 2014.

אין דער תּורה שטייט געשריבן, אַז ווען דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן די ערשטע לעבעדיקע באַשעפֿענישן אויפֿן דריטן טאָג פֿון מעשׂה־בראשית, האָט ער געזאָגט: „תּדשא האָרץ דשא עשׂבֿ מזריע זרע, עץ פּרי עושׂה פּרי למינו‟ — זאָל די ערד אַרויסגראָזן גראָזן; קרײַטעכץ, וואָס גיט אַרויס זאָמען; פֿרוכטביימער, וואָס טראָגן פֿרוכט אויף דער ערד לויט זייערע מינים.

אַזוי זעצט איבער דעם פּסוק יהושע-שלמה בלומגאַרטען, באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים יהואש. אין דער אמתן, איז דער לשון־קודשדיקער אָריגינעל טיפֿער און דערמעגלעכט אַ סך פֿאַרשיידענע אָפּטײַטשן. למשל, מע קאָן זאָגן, אַז דאָס זעלטענע וואָרט „דשא‟ שליסט אײַן נישט בלויז גראָזן, נאָר אויך אַזעלכע פּרימיטיווע אָרגאַניזמען, ווי באַקטעריעס. לויט דער הײַנטיקער וויסנשאַפֿט, האָבן די ערשטע איין־צעליקע בלוי־גרינע ים־געוויקסן פּראָדוצירט דעם זויערשטאָף, צוליב וועלכן דאָס לעבן האָט געקאָנט זיך אַנטוויקלען אויף אונדזער פּלאַנעט.

די לעבעדיקע אָרגאַניזמען זענען, ווי עס שטייט אינעם פּסוק, מסוגל זיך צו מערן לויט זייערע מינים. על־פּי־קבלה, זענען די אותיות פֿונעם דערמאָנטן פּסוק פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אינעם געהיימען קאָד — „צירופֿי־אותיות‟ — וואָס שטעקט אין אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן. ווי ס׳איז באַקאַנט, איז אין די לעבעדיקע צעלן טאַקע פֿאַרשריבן דער גענעטישער קאָד, צוליב וועלכן די בריות שיידן זיך אונטער איינע פֿון דער צווייטער. צי קאָנען די מענטש זיך אויך באַטייליקן אינעם קאָסמיש־געטלעכן „פּראָגראַמירונג־פּראָצעס‟? און אויב יאָ, צי איז עס כּדאַי צו טאָן?

דער טערמין „דאָס קינסטלעכע לעבן‟ מיינט, געוויינטלעך, אַזעלכע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען, וואָס זענען מסוגל זיך צו מערן, עוואָלוציאָנירן און זיך אויפֿפֿירן אינמיטן אַ קאָמפּיוטער, ענלעך צו אַ לעבעדיקער באַשעפֿעניש. די פֿאָרשונגען אינעם דאָזיקן געביט העלפֿן צו פֿאַרשטיין בעסער פֿאַרשיידענע נאַטירלעכע פּראָצעסן. אַחוץ דעם, קאָנען זיי זײַן טשיקאַווע מוח־געניטונגען.

איין באַקאַנטער בײַשפּיל פֿון אַזעלכע פּראָגראַמען זענען געוויסע קאָמפּליצירטע מינים קאָמפּיוטער־ווירוסן. אַ סך הײַנטיקע ביאָלאָגן באַטראַכטן אָבער אַפֿילו די עכטע ווירוסן נישט ווי לעבעדיקע אָרגאַניזמען, ווײַל זיי פֿירן זיך אויף ווי מעכאַנישע רעפּליקאַטאָרס — אַ מין נאַטירלעכע מאַשינען, וואָס טראָגן אין זיך אַן אייגענעם גענעטישן קאָד, אָבער קאָנען עקזיסטירן נאָר אינמיטן אַן עכטן לעבעדיקן אָרגאַניזם. פֿונדעסטוועגן, הייבן זיך אָן די זוכענישן פֿונעם קינסטלעכן לעבן פֿון אַזעלכע גענוג פּשוטע זיך־מערנדיקע פּראָגראַמען.

אינעם יאָר 1970, האָט דער ענגלישער מאַטעמאַטיקער דזשאָן קאָנוויי אויסגעטראַכט אַ פּשוטע שפּילערײַ מיטן נאָמען „לעבן‟ (Game of Life). מע שפּילט עס אויף אַ פֿיר־עקיק פֿעלד פֿון צעלן, וואָס קאָנען זײַן „לעבעדיק‟ אָדער „טויט‟. די צעלן אַנטוויקלען זיך לויט געוויסע גאַנץ פּשוטע כּללים; לויט דער צאָל פֿון די בשכנותדיקע צעלן, קאָנען זיי בלײַבן „לעבעדיק‟, „געבוירן ווערן‟ אָדער „אָפּשטאַרבן‟.

אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע שפּילערײַען, איז דער צוועק פֿון קאָנווייס „לעבן‟ נישט אַ פֿאַרמעסט, נאָר אַ פֿאָרשונג פֿון נײַע צעל־סטרוקטורן, וואָס אַנטוויקלען זיך אויף אַ חידושדיקן אופֿן. צום בײַשפּיל, קאָן מען אָנצייכענען אַ „ביקס‟, וואָס שיסט אַרויס „גלײַדערס‟ — פּשוטע קאָמבינאַציעס פֿון פֿינף צעלן, וואָס זענען מסוגל צו „פֿליִען‟ איבערן פֿעלד ווי קליינע עראָפּלאַנען.

דער רעפּליקאַציע־מעכאַניזם פֿון די געוויינטלעכע „קישקע־באַקטעריעס‟
Wiki Commons
דער רעפּליקאַציע־מעכאַניזם פֿון די געוויינטלעכע „קישקע־באַקטעריעס‟

במשך פֿון צענדליקער יאָר, איז געבליבן נישט קלאָר, צי מע קאָן שאַפֿן אין קאָנווייס שפּיל עפּעס, וואָס דערמאָנט טאַקע אינעם אמתן „לעבן‟ — דהײַנו, אַ סטרוקטור, וואָס קאָפּירט זיך אַליין און מערט זיך אויפֿן פֿעלד. מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט דייוו גרין, אַ געניטער ליבהאָבער און פֿאָרשער פֿון קאָנווייס שפּיל, טאַקע געלייזט די דאָזיקע קשיא. די קלענערע ווערסיע פֿון זײַן „רעפּליקאַטאָר‟ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ריזיקע נעץ פֿון 145,306 „לעבעדיקע‟ צעלן, על־פּי־רובֿ „גלײַדערס‟, וואָס ווערן פֿאַרטאָפּלט נאָך איבער 237 מיליאָן אַנטוויקלונג־טריט.

קאָנווייס שפּיל איז נישט בלויז אַ טשיקאַווע לאָגישע מוח־געניטונג, נאָר אַ וויכטיקער בײַשפּיל פֿון צעל־אויטאָמאַטן — אַ גרויס געביט פֿון פֿאָרשונגען אין מאַטעמאַטיק און קאָמפּיוטערײַ, וואָס ווערט אויסגענוצט אין אַ צאָל פּראַקטישע ספֿערעס פֿון וויסנשאַפֿט און איז פֿאַרבונדן מיט יסודותדיקע פֿילאָסאָפֿישע פֿראַגעס. דער גאַנצער אוניווערס קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ ריזיקער קאָמפּיוטער, וווּ עס גייט אָן אַ מער קאָמפּליצירטע ווערסיע פֿון אַזאַ צעל־שפּיל.

די ידיעה וועגן דעם נײַ־אַנטדעקטן רעפּליקאַטאָר האָט אַרויסגערופֿן אַ סענסאַציע צווישן אַ טייל קאָמפּיוטער־מומחים. ס׳איז פֿאַראַן גאָר אַ שיינע און גיכע אומזיסטע פּראָגראַם מיטן נאָמען Golly, וואָס דערמעגלעכט צו עקספּערימענטירן מיט קאָנווייס „לעבן‟ אויף אַ ריזיקן פֿעלד און ממשיך צו זײַן גרינס פֿאָרשונג. מיט דער הילף פֿון דער דאָזיקער פּראָגראַם, וואָס דערמעגלעכט אויך צו בײַטן די כּללים און צוטראַכטן אייגענע שפּילערײַען, פֿאַרנעמען זיך איצט די ליבהאָבער פֿון קאָנווייס שפּיל מיט נײַע פֿאָרשונגען פֿון אַנדערע קאָד־סטרוקטורן, וואָס דערמאָנען אין זי עכטע לעבעדיקע באַשעפֿענישן.

מחוץ אַ צאָל ספּעציפֿישע „גיקישע‟ און „העקערישע‟ וועבזײַטן, האָט דער ברייטער עולם נישט באַמערקט די דערמאָנטע סענסאַציע, ווײַל הגם אַזאַ רעפּליקאַטאָר־סטרוקטור קאָן זײַן גאָר קאָמפּליצירט, ממש ווי אַ לעבעדיקע צעל מיט אַן אייגנאַרטיקן גענעטישן קאָד, בלײַבט זי בלויז אַ טשיקאַווע אַבסטראַקציע.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך אין דער פּרעסע פֿאַרשפּרייט די ידיעה וועגן אַן אַנדער סענסאַציע, וואָס האָט אויך צו טאָן מיטן זיך־מערנדיקן קאָד. דאָס מאָל אָבער, האָט די וועלט זי דווקא יאָ באַמערקט. אַדרבה, אַ טייל מענטשן האָבן זיך דערשראָקן, ווען זיי האָבן איבערגעלייענט די נײַעס. די חידושדיקע פֿאָרשונג האָט אַרויסגערופֿן „האָפֿענונג און פּחד‟, ווי די צײַטונג 
„ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט באַמערקט דעם 7טן מײַ.

פּראָפֿ׳ פֿלויד ראָמסבערג, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיטן שאַפֿן די באַקטעריע מיטן חידושדיקן גענעטישן קאָד.
//www.scripps.edu
פּראָפֿ׳ פֿלויד ראָמסבערג, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיטן שאַפֿן די באַקטעריע מיטן חידושדיקן גענעטישן קאָד.

דער גענעטישער קאָד פֿון אַלע לעבעדיקע אָרגאַניזמען באַשטייט פֿון פֿיר יסודותדיקע כעמישע קאָמפּאָנענטן — נוקלעאָטידן, וואָס זייערע קאָמבינאַציעס דינען ווי אַ יסוד פֿונעם גענעטישן „אלף־בית‟. אַ גרופּע וויסנשאַפֿטלער פֿון פֿלויד ראָמסבערגס לאַבאָראַטאָריע בײַם קאַליפֿאָרניער „פֿאָרש־אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון סקריפּס‟ האָט איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן צוטראַכטן נײַע גענעטישע „אותיות‟ — אַן אַלטערנאַטיווער פּאָר נוקלעאָטידן, וואָס זענען פֿאַראַנען אין דער נאַטור — און אַרײַנגעשריבן זיי אין אַ קינסטלעכער וואַריאַציע פֿון דער באַקאַנטער באַקטעריע „E. coli‟, וואָס לעבט אין די מענטשלעכע קישקעס. ראָמסבערג האָט דערקלערט, אַז דער עקספּערימענט איז נישט סכּנותדיק, ווײַל די חידושדיקע באַקטעריעס קאָנען לעבן נאָר אין ספּעציעלע אומשטענדן.

אַ סך עקספּערימענטן פֿון אַזאַ סאָרט זענען פֿאַרבונדן מיטן נאָמען פֿון קרייג ווענטער, אַ פּראָמינענטן אַמעריקאַנער גענעטיקער. אינעם יאָר 2003, האָט ווענטערס אינסטיטוט געשאַפֿן אַ קינסטלעכן ווירוס. אין 2010, האָט זײַן לאַבאָראַטאָריע פֿאַרחידושט די וועלט מיטן אַרײַנשטעלן אַ קינסטלעך־געשאַפֿענעם גענעטישן קאָד אין באַקטעריעס. ווערנער האָט באַמערקט, אַז ער האָט פֿאַקטיש קאָנסטרויִרט אַ נײַע לעבעדיקע באַשעפֿעניש אויפֿן קאָמפּיוטער.

ווי אַ מין רעקלאַמע פֿאַר זייערע דערגרייכונגען, האָבן ווענטער און זײַנע קאָלעגן אַרײַנגעשריבן אינעם גענעטישן קאָד פֿון דער קינסטלעכער באַקטעריע זייערע נעמען, בליץ־אַדרעסן און עטלעכע פֿילאָסאָפֿישע און פֿילאָסאָפֿישע ציטאַטן, אַרײַנגערעכנט אַ פֿראַזע פֿון דזשיימס דזשויסעס ראָמאַן „אוליסעס‟.

מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט ווענטער געמאָלדן, אַז אין דער נאָענטער צוקונפֿט וועלן די וויסנשאַפֿטלער שאַפֿן אַ מכשיר, וועלכער וועט דערמעגלעכן צו קאָפּירן די לעבעדיקע אָרגאַניזמען פֿון מאַרס, אויב זיי זענען דאָרטן בנימצא. אויב די קאָסמאָס־פּראָבעס וועלן געפֿינען עפּעס לעבעדיקס אויפֿן רויטן פּלאַנעט, וועט מען קאָנען איבערשיקן די אינפֿאָרמאַציע צוריק אויף דער ערד אויפֿן ראַדיאָ און מאַכן דאָ אַ גענויע קאָפּיע.

אַזעלכע עקספּערימענטן זענען, אַוודאי, גאָר חידושדיק און באַלערנדיק. די מעלה פֿון דער דערמאָנטער קאָנווייס שפּיל „לעבן‟ באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס אַ סך געניטע מאַטעמאַטיקער און קאָמפּיוטער־מומחים האָבן געבראָכן דעם קאָפּ במשך פֿון צענדליקער יאָר, כּדי צו שאַפֿן דעם ערשטן אומסטאַבילן רעפּליקאַטאָר, וואָס קאָן אַפֿילו נישט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ קאָמפּיוטער־ווירוס און איז מסוגל זיך צו טאָפּלען בלויז אינמיטן די ראַמען פֿון דער שפּיל־פּראָגראַם.

אַגבֿ, דער ערשטער קאָמפּיוטער־ווירוס אין דער געשיכטע, געשאַפֿן אינעם יאָר 1971 דורך באָב טאָמאַס, איז געווען אַן אומשולדיקער עקספּערימענט, וואָס האָט געוויזן, אַז אַ פּראָגראַם קאָן אָנשטעקן אַ קאָמפּיוטער־נעץ מיט אייגענע זיך־מערנדיקע קאָפּיעס. הײַנט ווייסן מיר שוין, אַז אַזעלכע פּראָגראַמען קאָנען ברענגען אַן ערנסטן היזק.

אויב איין מענטש קאָן אַרײַנשרײַבן אין אַ לעבעדיקער צעל זײַן בליץ־אַדרעס מיט אַ באַליבטער ציטאַט פֿון אַ קלאַסיקער, קאָן אַ צווייטער, חלילה, אַרײַנשטעלן אַהין די אינסטרוקציעס, וואָס קאָנען פֿאַרוואַנדלען די באַקטעריעס אין אַ נײַעם מין פֿאַרניכטונג־געווער — מעגלעך, אויך באַגלייט מיטן נאָמען און מלחמה־לאָזונגען פֿונעם מחבר. דערצו, ווייסט מען דאָך נישט, ווי אַזוי אַ לעבעדיקע באַשעפֿעניש קאָן אָפּטײַטשן די קינסטלעכע גענעטישע חידושים, אויב אַפֿילו מע טראַכט זיי אויס אויפֿן קאָמפּיוטער מיט די בעסטע כּוונות.

אַ סך עקאָלאָגישע אַקטיוויסטן באַקעמפֿן שוין לאַנג די פֿאַרשפּרייטונג פֿון גענעטיש מאָדיפֿיצירטע פּראָדוקטן. טעד קאַטשינסקי, באַקאַנט ווי „אונאַבאָבמער‟, זיצט איצט אין תּפֿיסה פֿאַרן באָמבאַרדירן אין די 1970ער יאָרן אַ צאָל וויסנשאַפֿטלער, וועלכע האָבן דעמאָלט ערשט אָנגעהויבן די עקספּערימענטן מיט גענעטישע מאַניפּולאַציעס.

דאָס איז געווען, אַוודאי, אַן עקסטרעמער ענטפֿער. די סכּנות פֿונעם לעבן אין אַ „מאַטריקס‟, וווּ די גרענעץ צווישן די עכטע און קאָמפּיוטערישע ווירוסן ווערן צעשווענקט, איז אָבער גאַנץ רעאַל. אין פּרינציפּ, קאָנען אַזעלכע גענעטישע חידושים גורם זײַן עפּעס אַ סך ערגערס ווי קאַטשינסקיס באָמבעס. דאַכט זיך מיר, אַז אַזעלכע „צירופֿי־אותיות‟ איז בעסער איבערצולאָזן פֿאַרן רבונו־של־עולם; פֿאַר אונדז זאָל דער באַגריף „קינסטלעך לעבן‟ ווײַטער מיינען אַזעלכע טשיקאַווע קאָמפּיוטער־מאָדעלן, ווי קאָנווייס באַרימטע שפּיל.