אין די מיט-1980ער יאָרן, ווען די „איידס‟-עפּידעמיע האָט געהאַלטן אין איין זיך פֿאַרשפּרייטן, איז געזעסן אין „ווײַסן הויז‟ דער גאָר קאָנסערוואַטיווער פּרעזידענט, ראָנאַלד רייגען. אונטערגעשטיצט דורך די פֿונדאַמענטאַליסטישע פּראָטעסטאַנטישע קרײַזן, האָט רייגען זיך באַצויגן גלײַכגילטיק צו דעם וואָס טויזנטער מענטשן זענען געוואָרן אָנגעשטעקט מיטן ווירוס, און הונדערטער זענען דערפֿון געשטאָרבן.
דער פֿאַקט, אַז אין יענע טעג זענען ס’רובֿ „איידס‟־קראַנקע געווען האָמאָסעקסועלע מענער, האָט געגעבן זייערע קעגנער דעם תּירוץ צו פֿאַרשפּרייטן דעם בילבול, אַז מיטן „איידס‟-ווירוס לאָזט גאָט כּלומרשט אויס זײַן כּעס קעגן די האָמאָסעקסואַליסטן. דער ייִדישער-אַמעריקאַנער דראַמאַטורג טאָני קושנער, אַליין אַ האָמאָסעקסואַליסט, האָט באַשלאָסן, אַז מע טאָר נישט שווײַגן קעגן אָט דעם בייזס; און אַז דאָס בייזס קען אויפֿקומען אין כּלערליי פֿאָרמען און אין פֿאַרשידענע צײַטן.
וואָס האָט קושנער געטאָן?
ער האָט באַאַרבעט בערטאָלד ברעכטס אַנטי-נאַצישע פּיעסע „פּחד און עלנט פֿונעם דריטן רײַך‟ (Furcht und Elend des Dritten Reiches) פֿון 1938, און געשאַפֿן אַ פּיעסע, וואָס די געשעענישן קומען פֿאָר אין בערלין אין די אָנהייב 1930ער יאָרן. די דראַמע דרייט זיך אַרום דער געשטאַלט פֿון אַגנעס עגלינג און איר באָהעמישן קרײַז פֿון פּראָגרעסיווע פֿרײַנד, וואָס קומען צו איר כּסדר צו גאַסט און דיסקוטירן די ברענענדיקע טעמעס. מערקווירדיק איז זייער אָפּטימיזם בײַם אָפּשאַצן די דאָזיקע געשעענישן, וואָס דער צוקוקער אין זאַל ווײסט גאַנץ גוט בדיעבֿד צו וואָס זיי האָבן דערפֿירט; און דאָס אַליין שאַפֿט שוין גאָר אַן אַנדער טעאַטראַלישע איבערלעבונג, ווי בײַ ברעכטס דעמאָלטיקן עולם. אין דער קאָנקרעטער סיטואַציע האָט קושנער דערצו אַרײַנגעוועבט אַ סעריע מאָנאָלאָגן פֿון אַ הײַנטצײַטיקן געשטאַלט פֿון לאָנג-אײַלענד, וואָס באַהאַנדלט די הײַנטצײַטיקע סוגיות, בפֿרט, ווי געזאָגט, דעם ענין „עיידס‟. קושנערס פּיעסע הייסט „אַ ליכטיקער צימער, וואָס רופֿט זיך טאָג‟ (A Bright Room Called Day), און זי איז צום ערשטן מאָל פּראָדוצירט געוואָרן אין 1985.
כּמעט דרײַסיק יאָר שפּעטער, אין אַפּריל 2014, האָבן די סטודענטן פֿון דער טעאַטער-פּראָגראַם אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט באַשלאָסן, אַז די צײַט איז געקומען ווידער צו באַאַרבעטן קושנערס דראַמע. בכּיוונדיק, האָט קושנער געהאַט אָנגעשריבן זײַן פּיעסע מיטן פּלאַן, אַז אַנדערע זאָלן זי איבעראַרבעטן לויט זייער אייגענעם הײַנטצײַטיקן פּאָליטישן קלימאַט. האָבן די סטודענטן געביטן דעם קאָנסערוואַטיזם פֿון רייגענס תּקופֿה אויפֿן אויפֿקום פֿון דער „טיי‟-פּאַרטיי און פֿון די עקסטרעם־רעכטע בכלל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.