דינסטיק, דעם 13טן מײַ, האָט דער קרײַז־פּראָקוראָר פֿון קווינס־געגנט, ריטשאַרד בראַון, איבערגעגעבן, אַז שמואל הילער, אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ, איז פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן אינעם צוגנבֿענען אַ גרויסע סומע געלט און אין אַ צאָל אַנדערע פֿאַרברעכנס.
דער 56־יאָריקע רבֿ פֿונעם קווינסער ראַיאָן פֿאַר־ראָקעוויי ווערט פֿאַרדעכטיקט, צוזאַמען מיט דרײַ אַנדערע מענער, אינעם צוגנבֿענען מער ווי 12.4 מיליאָן דאָלאַר פֿון אַ רעגירונג־פֿאָנד פֿאַר קינדער־אינוואַלידן. די אַנדערע באַשולדיקטע זענען: אײַראַ קורמאַן, 52 יאָר — דער געוועזענער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿונעם נישט־קאָמערציעלן צענטער אין פֿאַר־ראָקעוויי, פֿון וועלכן מע האָט גענומען דאָס געלט; דניאל לאַניאַדאָ, 41 יאָר — דער בעל־הבית פֿון אַ ברוקלינער כּשרן סופּערמאַרקעט; און דער 50־יאָריקער רוי האָפֿמאַן פֿון וווּדמער, לאָנג־אײַלענד. אויב די באַשולדיקטע וועלן פֿאַרמישפּט ווערן, דראָט יעדן פֿון זיי ביז 25 יאָר תּפֿיסה.
דער Island Child Development Center („אינדזל־צענטער פֿאַר קינדער־אַנטוויקלונג‟) באַקומט די רעגירונג־שטיצע, כּדי צו העלפֿן פֿרומע ייִדישע קינדער־אינוואַלידן פֿונעם פֿאַרשול־עלטער. די דערמאָנטע מענטשן ווערן באַשולדיקט אינעם אויסנוצן די פֿאָנדן פֿאַר פּערזענלעכע הוצאות, אַרײַנגערעכנט דעם רעמאָנט פֿון זייערע הײַזער און געשעפֿט־עסקים; אַ גרויסער טייל פֿונעם געלט — 8 מיליאָן — איז אויסגענוצט געוואָרן לטובֿת פֿאַרשיידענע פֿרומע אָרגאַניזאַציעס — דער עיקר, שולן און זומער־לאַגערן — אין ניו־יאָרק.
הילער, זײַענדיק דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער מיידל־שול „בנות בית יעקבֿ‟ אין פֿאַר־ראָקעוויי, האָט באַזאָרגט די דאָזיקע אינסטיטוציע מיט 3 מיליאָן דאָלאַר פֿון די פֿאָנדן. לאַניאַדאָ, ווי מע איז חושד, האָט אויסגענוצט די טשעקן פֿונעם דערמאָנטן קינדער־צענטער אויף אַ סומע פֿון איבער אַ מיליאָן דאָלאַר; אָפֿטמאָל האָט ער זיך אונטערגעשריבן מיט די נעמען פֿון פֿאַרשיידענע מענטשן און אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן אים נישט געגעבן קיין רשות. קורמאַן ווערט באַשולדיקט אינעם אַנטלײַען מער ווי 143,000 דאָלאַר פֿון די צוגעגנבֿעטע פֿאָנדן צו פֿאַרשיידענע פֿרומע ייִדן, וועלכע האָבן אים עס אומגעקערט מיט מזומן אָדער מיט פֿאַרשיידענע טובֿות, אַרײַנגערעכנט זײַן טאָכטערס חתונה און זײַן זונס בר־מיצווה.
די אויספֿאָרשונג פֿון די צווייפֿלהאַפֿטיקע געשעפֿטן האָט זיך אָנגעהויבן פֿון אַ געוויינטלעכן שטײַער־קאָנטראָל. קורמאַן האָט דעמאָלט געאַרבעט ווי דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿונעם קינדער־צענטער. ווען די שטאַט־באַאַמטע האָבן אים געוואָרנט, אַז זיי קלײַבן זיך אַרײַנצוקוקן אין זײַנע עסקים און געקומען אין יולי 2012, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז קורמאַן, וועלכער האָט דאָרטן מער נישט געאַרבעט, האָט צוגענומען די בוכהאַלטערישע באַריכטן וועגן זײַן טעטיקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.