סירישער רעבעל לייגט פֿאָר שותּפֿות מיט ישׂראל

Syrian Rebel Proposes a New Ally: Israel

ישׂראלדיקע מעדיצינישע אַרבעטער העלפֿן אַ גרופּע סירישע פֿרויען און קינדער, אין אַ מיליטערישן שפּיטאָל אינעם גולן
Getty Images
ישׂראלדיקע מעדיצינישע אַרבעטער העלפֿן אַ גרופּע סירישע פֿרויען און קינדער, אין אַ מיליטערישן שפּיטאָל אינעם גולן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 15, 2014, issue of June 06, 2014.

אין אַן אינטערעסאַנטן מיינונג־אַרטיקל, אָפּגעדרוקט די וואָך אין דער „דיילי ביסט‟, האָט אַ סירישער אויפֿשטענדלער געטענהט, אַז סיריע מוז אָנהייבן מיטאַרבעטן מיט ישׂראל, „אויב מיר ווילן באַשיצן די אומשולדיקע, און באַזיגן די אַסאַד־דיקטאַטור‟.

דער אויפֿשטענדלער, קאַמאַל לאַבוואַני, שרײַבט: „איך האָב פֿאַרבראַכט מער ווי צען יאָר אין די סירישע תּפֿיסות, ווייס איך גוט, וואָס פֿאַר אַ רעזשים דאָס איז: אַ רעזשים וואָס האַלט, אַז פּײַניקונג איז אַ מין דיאַלאָג. אַזוינע מעשׂים זענען פֿאָרגעקומען לאַנג פֿאַרן סירישן אויפֿשטאַנד; לאַנג איידער מײַנע מיטבירגער זענען אַרויס אין די גאַסן אין אַ פֿרידלעכער מאַניפֿעסטאַציע, רופֿנדיק פֿאַר פֿרײַהייט; לאַנג איידער די צאָל קרבנות האָט דערגרייכט 150,000 נפֿשות.

„במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע דרײַ יאָר האָבן מיר, סיריער, זיך דערוווּסט ווער ס׳זענען אונדזערע פֿרײַנד, און ווער — אונדזערע שׂונאים,‟ שרײַבט לאַבוואַני. „רוסלאַנד און איראַן האָבן באַזאָרגט באַשאַר אַסאַד מיט גענוג שטיצע אים צו דערמעגלעכן צו בלײַבן בײַ דער מאַכט. ׳כעזבאָלאַ׳ האָט איבערגענומען די סירישע אַרמיי. איסלאַמישע ראַדיקאַלן האָט מען אַרײַנגעבראַכט פֿון אַנדערע לענדער, כּדי אַוועקצונעמען סיריע בײַ די סירישע בירגער, וועלכע האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער רעגירונג.‟

לאַבוואַני באַשטעטיקט, אַז די אויפֿשטענדלער האָבן באַקומען הומאַניטאַרע שטיצע פֿון אַמעריקע און אייראָפּע, אָבער האַלט, אַז מע קאָן טאָן אַ סך מער אָפּצושוואַכן אַסאַד. „אַ מאָל האָבן מיר באַשולדיקט ישׂראל אין אַלע שלעכטע זאַכן, אָבער ישׂראל איז מער נישט אונדזער שׂונא. מיר זעען ווי אַזוי די סירישע קינדער ווערן באַהאַנדלט אין אַסאַדס תּפֿיסות, און ווי מע באַהאַנדלט זיי אין די ישׂראלדיקע שפּיטאָלן. ישׂראל גיט זיי עסן, בשעת אַסאַד לאָזט זײַן אייגן פֿאָלק הונגערן. סיריע האָט בלויז איין שׂונא איצט: דער אַסאַד־רעזשים, געשטיצט פֿון איראַן און ׳כעזבאָלאַ׳.‟

טאַקע דערפֿאַר האָט לאַבוואַני לעצטנס פֿאָרגעלייגט אַ קאָנטראָווערסאַלן געדאַנק: בעטן ישׂראל צו העלפֿן די אָפּאָזיציע פּוטר צו ווערן פֿונעם „ברוטאַלסטן דיקטאַטאָר הײַנט־צו־טאָג‟. „דאָס איז, האַלט איך, אַ סך וויכטיקער ווי צוריקבאַקומען דעם גולן. דער גולן קאָן אין דער צוקונפֿט ווערן אַ גאָרטן פֿון שלום פֿאַר אַלעמען. איך האַלט, אַז ישׂראל קאָן ווערן אונדזער שותּף, נישט אונדזער שׂונא. איך האָב זיך שוין געטראָפֿן מיט צענדליקער אויפֿשטענדלער אין די סירישע פּראָווינצן, און עס זעט מיר אויס, אַז אַ סך וואָלטן געשטיצט אַזאַ פּלאַן. לאָמיר שליסן יד־אחת און, סוף־כּל־סוף, בײַטן דעם מיטעלן מיזרח — איידער ס׳ווערט צו שפּעט.‟