אליהו טאָקער װאָלט הײַיאָר אַלט געװאָרן 80 יאָר. געשטאָרבן מיט 4 יאָר צוריק, האָט דער ייִװאָ אין אַרגענטינע אים באַערט, װײַל אים פּאַסט מען זאָל פֿײַערן זײַן געבורטסטאָג. געװען אַ דערפֿאָלגרײַכער אַרכיטעקט; האָט ער פֿאַרלאָזט זײַן קאַריערע און פֿאָרגעזעצט זײַן פּאָעטישן דרך. פּובליקירט אַ צענדליק פּרעכטיקע ביכער פּאָעזיע, אָבער, דער עיקר, איז זײַן באַרוף געװען פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע ליטעראַטור, מיט װעלכער ער האָט שטאָלצירט, ספּעציעל צװישן די, װעלכע קענען נאָך ניט קיין ייִדיש. איז ער געװאָרן דער פֿאַרשפּרייטער אויף שפּאַניש פֿון די ייִדישע פּאָעטן.
זײַן באַנד „דער גלאַנץ פֿון ייִדישן װאָרט‟ װאָס נעמט אַרײַן איבערזעצונגען פֿון 80 ייִדישע פּאָעטן, האָט זוכה געװען צװיי אויפֿלאַגעס. זײַן קרוינװערק, קאַצענעלסאָנס „דאָס ליד פֿון אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק‟, איז דערשינען אין דער פֿאָרעם פֿון אַ קונסט־אויסגאַבע.
דעם 7טן מײַ איז פֿאָרגעקומען אין זאַל פֿון ייִװאָ אַן אַקאַדעמישן אָװנט. דער דירעקטאָר פֿון ייִװאָ, אַ. ליכטענבוים, האָט רעפֿערירט װעגן טאָקערס פֿאַרדינסטן, די פּראָפֿ‘ פּערל סנה האָט געלייענט איר דיסערטאַציע װעגן דער טעכניק פֿון איבערזעצונג, און געשלאָסן דעם אָװנט האָט די ייִדיש־לערערין אסתּר שװאַרץ, וואָס האָט געלייענט לידער פֿון ייִדישע פּאָעטן אין אָריגינאַל מיט טאָקערס איבערזעצונג.
די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט געמאָלדן וועגן דעם ערשטן קאָנקורס פֿאַר קינדער־דערציילונגען. די מחברים, אין עלטער פֿון 9 ביז 12 יאָר, דאַרפֿן צושטעלן זייערע שאַפֿונגען ביזן 8טן אויגוסט. די בעסטע אַרבעטן װעלן פּובליקירט װערן, און די געװינער װעלן באַקומען װערטפֿולע פּרעמיעס.
די פּראָפֿ‘ דיאַנאַ עפּשטיין האָט דינסטיק, דעם 13טן מײַ, רעפֿערירט אויף דער טעמע „מאַראָקאַנער ייִדן אין אינערן פֿון לאַנד‟. זי האָט דערציילט װעגן דער מאַראָקאַנער אימיגראַציע פֿון 1876 אין װעראַ, סאַנטאַ פֿע און לאַ סאַבאַנאַ, טשאַקאָ. מיט אינטערעסאַנטע פֿאַקטן און דאָקומענטאַרע מאַטעריאַלן האָט די לעקטאָרין באַערט אויך די ערשטע ספֿרדישע אימיגראַנטן אין בוענאָס־אײַרעס.
מיטװאָך, דעם 14טן מײַ האָט מען אין ספֿרדישן צענטער געװיזן דעם פֿילם פֿון דער שפּאַנישער טעלעװיזיע װעגן פֿראַנקאָס באַציִונג צו ייִדן. אַרײַנגעפֿירט די טעמע האָט ד״ר אַדאָלפֿאָ קוזניצקי, װאָס האָט רעפֿערירט וועגן דעם אַנטיסעמיטיזם אָן ייִדן אין שפּאַניע, אויף פֿראַנקאָס אַנטי־קאָמוניזם און אויף דעם פּאַראַדאָקס פֿון טאָלערירן, אַז אייניקע ייִדן זאָלן ראַטעװען זייערע לעבנס בעת דעם חורבן, בײַם גנבֿנען די גרענעץ מיט פֿראַנקרײַך.
ד‟ר אַרנאָלדאָ ציפּערמאַן האָט געהאַלטן אַ לעקציע אין בוענאָס־אײַרעסער חורבן־מוזיי װעגן „די װאַגנעריאַנע פֿונדאַציע פֿון נאַציזם‟. ער האָט אויפֿגעװיזן, װי די דײַטשע אַמבאַסאַדע און איר קולטור־אַטאַשע האָבן געאַרבעט מעשׂים אין בוענאָס-אײַרעס צו פֿאַרשפּרייטן די נאַצישע אידעאָלאָגיע מיט דער מיטהילף פֿון לאָקאַלע אינטעלעקטואַלן.
דעם 12טן מײַ האָט די שטאָט בוענאָס־אײַרעס באַערט אויף אַ ספּעציעלער זיצונג פֿון איר פּאַרלאַמענט גינאַ סאַל און לאַדיסלאַאָ לאַדאַנזהי. זיי האָבן איבערגעלעבט דעם קריג און נאָך דער באַפֿרײַונג זיך באַזעצט אין אַרגענטינע, װוּ זיי האָבן געװידמעט זייער געזעלשאַפֿטלעכע אַרבעט, צו זאָגן עדות וועגן חורבן, ספּעציעל פֿאַרן ייִנגערן דור. זיי איז פֿאַרטיילט געװאָרן אויף אַ פֿײַערלעכער זיצונג די אויסצייכענונג „אָנערקענטע פּערזענלעכקייט אין מענטשן־רעכט‟.
אינעם זעלבן טאָג האָבן דער בירגערמײַסטער פֿון דער שטאָט, אינזשעניר מאַוריציאָ מאַקרי, און דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟ — ד״ר כוליאָ שלאָסער, אונטערגעשריבן אַ קאָאָפּעראַציע־אָפּמאַך. דער ציל איז אָנװענדן געמיינזאַמע כּוחות קעגן דיסקרימינאַציע און אַנטיסעמיטיזם; פֿאַרשפּרייטן אין די שולן פֿון דער שטאָט לעקציעס װעגן חורבן און ייִדישער געשיכטע, און פֿאָרשן דעם ייִדישן בײַטראָג אין דער שטאָט. בײַגעװען זענען בײַ דעם אַקט פֿאָרשטייער פֿון דער רעגירונג און פֿון דער קהילה.
די שארית־הפּליטה האָט געפֿײַערט אין קהילה-זאַל דעם ניצחון פֿון די אַליִיִרטע און דער רויטער אַרמיי קעגן נאַציזם. מיט דער אָנװעזנהײט פֿון אַמבאַסאַדאָרן, אַ גרויסן עולם און לעבנס־געבליבענע, באַגלייט פֿון זייערע קינדער און אייניקלעך, האָט מען באַערט די דעמאָקראַטישע מדינות, װאָס האָבן באַפֿרײַט אייראָפּע פֿון די נאַצישע מערדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.