(די 2 טע זײַט פֿון 2)
שלמה בירנבוים (1891–1989), נתן בירנבוימס בכור, איז געוואָרן אַן אָנגעזעענער שפּראַכקענער, און האָט איבערגעלאָזט אַ שפּור אויך אין דער ייִדיש-פֿאָרשונג. אין משך פֿון עלף יאָר, ביז 1933, האָט ער געאַרבעט אין דעם האַמבורגער אוניווערסיטעט. ניט צופֿעליק טראָגט זײַן נאָמען די איצטיקע ייִדיש-געזעלשאַפֿט, וואָס פֿירט איר אַרבעט אין דער שטאָט. שפּעטער, ווען די ייִדן האָט מען אַרויסגעטריבן פֿון דער דײַטשישער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, איז שלמה בירנבוים אַריבער קיין לאָנדאָן, וווּ ער האָט באַקומען אַ שטעלע אין דער שול פֿון אָריענטאַלע און אַפֿריקאַנער שטודיעס, וואָס איז אַ טייל פֿון דעם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט. דאָרטן האָט ער אויך געפֿירט קלאַסן פֿון ייִדיש — צום ערשטן מאָל אין אַ בריטישן אוניווערסיטעט.
מיט קיין פּאָליטישער טעטיקייט האָט זיך שלמה בירנבוים ניט פֿאַרנומען; ער איז פֿאַרבליבן אַ געלערנטער פֿון אַ גאַנץ יאָר. דעם זיידנס גען פֿון אַזאַ אַקטיוויטעט איז אַריבער צו שלמה בירנבוימס זון, יעקבֿ, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין האַמבורג אין יאָר 1926, און, ווי עס האָט מיטגעטיילט די „ניו-יאָרק טײַמס‟, געשטאָרבן ניט לאַנג צוריק, דעם 9טן אַפּריל, אין מאַנהעטן. אינטערעסאַנט, אַז אַפֿילו אויסערלעך האָט ער אויסגעזען ווי נתן בירנבוים, און אַ באָרד האָט ער געטראָגן אַן ערך אַזאַ ווי דער זיידע.
מיט 50 יאָר צוריק, דעם 1טן מײַ 1964, האָט יעקבֿ בירנבוים אָרגאַניזירט אין ניו-יאָרק (דער עיקר) אַ סטודענטישע דעמאָנסטראַציע לעבן דעם בנין פֿון דער סאָוועטישער פֿאָרשטייערשאַפֿן בײַ דער „יו־ען‟. די סטודענטן, וואָס האָבן זיך באַטייליקט, זײַנען געווען פֿון דעם ישיבֿה-אוניווערסיטעט, דעם טעאָלאָגישן סעמינאַר, דעם קאָלומביע-אוניווערסיטעט און דעם קווינס-קאָלעדזש.
דער טאָג, וואָס איז אַן אָפֿיציעלער סאָוועטישער יום-טובֿ, איז בכּיוון אויסגעקליבן געוואָרן פֿאַר אַזאַ אַקציע. די פֿאָדערונג איז געווען אַ קלאָרע — אויסצופֿאָדערן בײַ דער סאָוועטישער רעגירונג זי זאָל דערלויבן סאָוועטישע ייִדן פֿרײַ עמיגרירן פֿונעם לאַנד. דערמיט איז געוואָרפֿן געוואָרן אַן אַרויסרוף אויך דעם מערבֿדיקן, בפֿרט אַמעריקאַנער, ייִדישן איסטאַבלישמענט, וועלכער האָט געהאַלטן, אַז מיט די סאָוועטישע מנהיגים איז בעסער צו פֿירן אַ „שטילע, רויִקע‟ דיפּלאָמאַטיע.
יעקבֿ בירנבוים איז געווען אַ פּנים-חדשות אין דער אַמעריקאַנער סבֿיבֿה פֿון ייִדישע אַקטיוויסטן. אין 1964 האָט ער זיך נאָר וואָס באַזעצט אין ניו-יאָרק. פֿריִער האָט ער געוווינט אין ענגלאַנד. אין לאָנדאָן האָט ער פֿאַרענדיקט דעם אוניווערסיטעט, געאַרבעט דאָרט און אין מאַנטשעסטער. עפּעס אַ צײַט איז זײַן אַרבעט געווען פֿאַרבונדן מיט העלפֿן ייִדישע פּליטים, אַרײַנגערעכנט די לײַט, וועלכע האָבן איבערגעלעבט די סטאַליניסטישע לאַגערן.
און ווײַטער האָט יעקבֿ בירנבוים געהאַט דאָס מזל, וואָס דערמאָנט זייער די געשיכטע פֿון זײַן זיידנס לעבן. ער איז ניט געוואָרן קיין אָנערקענטער פֿירער פֿון דער באַוועגונג פֿאַר סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע; אַנדערע מענטשן זײַנען געקומען, און ער איז פֿאַרבליבן אָפּגערוקט פֿון די צענטראַלע ראָלעס. היסטאָריקער זײַנען נאָך אַלץ ניט זיכער, צי די שטורמישע אַקציעס, וועלכע עס האָט איניציִיִרט יעקבֿ בירנבוים, האָבן געהאָלפֿן דעם ענין פֿון עמיגראַציע אָדער, פֿאַרקערט, געשטערט צו פֿירן די „רויִקע‟ אונטערהאַנדלונגען מיט די סאָוועטישע פֿירער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.