ישׂראל האָט פֿאַרלוירן אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרדינען 12 ביליאָן אַמעריקאַנער דאָלאַר דורכן פֿאַרקויפֿן פּוילן אַ ראַקעטן־באַשיצונג־סיסטעם, האָט אַ באַאַמטער פֿונעם ישׂראלדיקן שוץ־מיניסטעריום מיטוואָך איבערגעגעבן „רויטערס‟.
ישׂראל האָט געזאָלט פֿאַרקויפֿן די פּאָלאַקן דעם „שרבֿיט קסמים‟ (דאָס כּישוף־שטעקעלע), אויך באַקאַנט ווי „דודס שטיינוואַרפֿער‟, אָבער די הויכע באַאַמטע אין וואַשינגטאָן האָבן געדריקט אויף פּוילן צו קויפֿן אַ קאָנקורירנדיקע סיסטעם בײַ די אַמעריקאַנער, האָט דער ישׂראלדיקער באַאַמטער צוגעגעבן.
ווי אַ קאָמפּענסאַציע וועט די ישׂראלדיקע פֿירמע, וואָס האָט פּראָדוצירט „דודס שטיינוואַרפֿער‟ אפֿשר שפּילן אַ ראָלע אין אַ צוקונפֿטדיקן אַמעריקאַנער האַנדל־אָפּמאַך מיט וואַרשע, האָט דער שוץ־באַאַמטער געזאָגט, אויפֿן תּנאַי, אַז ער זאָל בלײַבן אַנאָנים.
„די אַמעריקאַנער וועלן זײַן צופֿרידן, די פּאָלאַקן וועלן זײַן צופֿרידן, און ס׳וועט נאָך איבערבלײַבן עפּעס פֿאַר אונדז אויך,‟ האָט ער געזאָגט.
די אַמעריקאַנער עקזעקוטיוון האָבן געזאָגט, אַז די וואַקסנדיקע שפּאַנונג מיט מאָסקווע האָט פֿאַרשטאַרקט פּוילנס אינטערעס זיך צו דערנענטערן צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און דערפֿאַר איז געווען לאָגיש, אַז אַן אַמעריקאַנער פֿירמע זאָל געווינען.
די נײַעס וועגן דעם פֿאַרקויף איז אַנטפּלעקט געוואָרן בעת דער אַמעריקאַנער שוץ־סעקרעטאַר טשאָק הייגל האָט באַזוכט די ייִדישע מדינה, כּדי אַרומצורעדן אַ צאָל ישׂראלדיקע שוץ־פּראָיעקטן, וואָס ווערן, צום טייל, פֿינאַנצירט דורך די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
ס׳וועט נאָך דויערן כאָטש אַ יאָר ביז „דודס שטיינוואַרפֿער‟ וועט זײַן גרייט צום פֿאַרקויפֿן. ער וועט זײַן מסוגל אַראָפּצושיסן שווערע ראַקעטן, ניצנדיק טיילן פּראָדוצירט דורך דער אַמעריקאַנער פֿירמע Raytheon Co.
דער פֿאַרלוסט פֿון ישׂראל אין דעם אָפּמאַך מיט פּוילן קאָן אפֿשר דינען ווי אַ מעלה, ווײַל אַזוי וועט ישׂראל נישט דאַרפֿן אויסשטיין אַ נישט־אײַנגענעמע רעאַקציע פֿון רוסלאַנד, מיט וועמען זי האָט במשך פֿון די לעצטע יאָרן אַנטוויקלט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען. אין פֿאַרגלײַך מיט אירע מערבֿדיקע אַליִיִרטע, האָט ישׂראל נישט פֿאַרדאַמט מאָסקווע איבער איר אַרײַנמישן זיך אין מיזרח־אוקראַיִנע — אַ זאַך, וואָס האָט מסתּמא נעגאַטיוו געווירקט אויף וואַרשע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.