ייִדן אויף ביידע זײַטן פֿון פֿראָנט

Jews on Both Sides of the Front Line


פֿון משה לעמסטער

Published May 16, 2014, issue of June 06, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אין דער רוסישער צאַרישער אַרמיי האָט העלדיש געקעמפֿט אויפֿן פֿראָנט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה דער ייִדישער פּאָעט אָשר שוואַרצמאַן. באַזונדערס באַוווּסט איז געוואָרן זײַן ליד „דער שׂונא בײַ די טויערן!‟. דער שׂונא איז געווען דאָס דײַטשלאַנד, וואָס אין קײַזערס אַרמיי, פֿון 1914 ביז 1918, האָבן געקעמפֿט 96 טויזנט ייִדן. צווישן זיי — 10 טויזנט פֿרײַוויליקע, 2 טויזנט אָפֿיצירן, 19 טויזנט אונטער־אָפֿיצירן. 35 טויזנט זענען באַלוינט געוואָרן. אין דער דײַטשישער אַרמיי האָבן פֿרײַוויליק געדינט 30 רבנים. צווישן די פֿרײַוויליקע איז אויך געווען איינער יוסף ציפּעס, וועלכער איז אַלט געווען 13 יאָר און ס’האָט זיך אים אײַנגעגעבן אָפּצונאַרן די מאַכט און קעמפֿן אויפֿן פֿראָנט, אפֿשר קעגן אָשר שוואַרצמאַנען… די ערשטע וועלט־מלחמה איז געווען פֿאַר די ייִדן באמת אַ ברודער־מערדערישער קריג. די ייִדן האָבן געקעמפֿט איינער מיטן אַנדערן אין די אַרמייען פֿון רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, גרויס־בריטאַניע, איטאַליע, דײַטשלאַנד, עסטרײַך־אונגאַרן און אַנדערע לענדער…

אין דער מלחמה פֿון יאָר 1812, צווישן פֿראַנקרײַך און רוסלאַנד, האָבן העלדיש געקעמפֿט צווישן זיך די ייִדן פֿון דער רוסישער אַרמיי מיט די ייִדן פֿון נאַפּאָלעאָנס אַרמיי. איינע פֿון די וויכטיקסטע רוסישע צײַטונגען פֿון יענער צײַט האָט געשריבן: „די ייִדן אין 1812 האָבן אַרויסגעוויזן אויסגעצייכנטע פֿעיִקייטן צו דינען דער רוסלענדישער געזעלשאַפֿט‟. און אָט, וואָס ס’האָט געשריבן נאַפּאָלעאָן אין זײַנע מעמואַרן: „…אַ געוויסע צאָל אויסגעצייכנטע ייִדישע סאָלדאַטן האָבן געקעמפֿט אין דער פֿראַנצייזישער אַרמיי…‟

אין 19טן יאָרהונדערט, אין דער צײַט פֿון דער מלחמה צווישן רוסלאַנד און טערקײַ, האָבן אין דער טערקישער אַרמיי געדינט עטלעכע טויזנט ייִדן, אַ טייל פֿון זיי — פֿאַר געלט. פֿאַרשטייט זיך, אַז צווישן די רוסישע שלאַכטמענער זענען אויך געווען ניט ווייניק ייִדן…

בעתן בירגער־קריג אינעם סאָוועט־רוסלאַנד האָבן אין דער רויטער אַרמיי געקעמפֿט אַ סך ייִדן. צווישן זיי — דער באַוווּסטער קאָמאַנדאַרם יונה יקיר (יאַקיר). אָבער אויך אין דער ווײַסער אַרמיי האָבן אַרויסגעוויזן העלדישקייט עטלעכע צענדליק ייִדן־אָפֿיצירן, אי אין דער דעניקין־אַרמיי, אי אין די קאַזאַקן־טיילן. אין דעם קאָזאַקישן פּאָלק פֿון דעם אַטאַמאַן סעמיאָנאָוו אויפֿן ווײַטן מיזרח איז קעגן די סאָוועטישע רויט־אַרמייער געשאַפֿן געוואָרן אַ באַזונדערע ייִדישע קאַזאַקן־סאָטניע (הונדערט שלאַכטמענער)…

אויך אין די הײַנטצײַטיקע קליינע מלחמות האָבן אָנטיילגענומען ייִדן אויף ביידע זײַטן פֿון פֿראָנט. צום בײַשפּיל, אין די 1990ער יאָרן, ווען די רעפּובליק מאָלדאָווע (קעשענעוו) האָט געפֿירט אַ מלחמה מיט דער נײַ־געגרינדעטער בײַדנעסטער־רעפּובליק, זײַנען עטלעכע ייִדן געווען אין ביידע קעמפֿנדיקע אַרמייען. און אין די איצטיקע געשעענישן אין אוקראַיִנע זענען אַקטיוו די ייִדן אי אויף דעם פּראָ־רוסישן צד, אי אויפֿן צד פֿון אוקראַיִנע.

אַזוי אַז, ווען איין ייִד רופֿט אויס: „דער שׂונא בײַ די טויערן‟ — זײַנען צווישן די שׂונאים „בײַ די טויערן‟ אָפֿט מאָל געווען אויך בני־ישׂראל. ווי עס זאָל ניט זײַן האָבן די ייִדן, אויף ביידע זײַטן פֿונעם פֿראָנט, העלדיש געקעמפֿט. ווי ס’האָט געשריבן איציק פֿעפֿער אין זײַן ליד „איך בין אַ ייִד‟:

דער שוווּנג פֿון מכּבייערס העלדן
אין מורדים־בלוט אין מײַנעם זידט,
פֿון אַלע שײַטערס פֿלעג איך מעלדן:
איך בין אַ ייִד!…

יאָ, דאָס בלוט פֿון די מכּבייער האָט געזאָטן אין די ייִדישע סאָלדאַטן אויף ביידע זײַטן פֿון פֿראָנט. זיי פֿלעגן פֿאַלן אין שלאַכט פֿאַר לענדער, וווּ זיי האָבן געוווינט, פֿאַלן אפֿשר מיטן טרוים וועגן אַן אייגענעם ייִדישן לאַנד…