ייִדן אויף ביידע זײַטן פֿון פֿראָנט

Jews on Both Sides of the Front Line


פֿון משה לעמסטער

Published May 16, 2014, issue of June 06, 2014.

די שוואַרצע מוטער־נאַכט
צעריסן ווערט פֿון וויי:
— דער שׂונא בײַ די טויערן!
אָשר שוואַרצמאַן

דעם 8טן און 9טן מײַ האָט מען אין אַ סך לענדער אָפּגעמערקט דעם „טאָג פֿון זיג‟ איבער דעם פֿאַשיסטישן דײַטשלאַנד. ווי תּמיד, איז דאָס ברייט פֿאָרגעקומען אין רוסלאַנד. פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען זענען אַדורך אויך אין ישׂראל. אַ האַלב מיליאָן ייִדן האָבן העלדיש געקעמפֿט קעגן די נאַציס אין דער סאָוועטישער אַרמיי; נאָר ניט וועגן דעם וויל איך הײַנט רעדן. געוויינטלעך, האָבן אין אַלע מלחמות אין אייראָפּע אָנטיילגענומען די ייִדן: סאָלדאַטן, אָפֿיצירן, גענעראַלן… און אויך געוויינטלעך, האָבן זיי, די ייִדן, געקעמפֿט אויף ביידע זײַטן פֿון פֿראָנט…

אויב מיר רעדן שוין וועגן דער צווייטער וועלט־מלחמה, וויל איך דערמאָנען, אַז אין די אַרמייען פֿון דער אַנטי־היטלער־קאָאַליציע האָבן געקעמפֿט 1.4־1.5 מיליאָן ייִדן; מער ווי האַלב מיליאָן אין דער אַרמיי פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. נאָר אויך אין דער דײַטשיש־פֿאַשיסטישער אַרמיי זענען געווען די אַזוי־גערופֿענע „מישלינגען‟, בערך 1,200 סאָלדאַטן און אָפֿיצירן. צווישן זיי — 77 הויל־געשטעלטע אָפֿיצירן און גענעראַלן.

דער טאַטע פֿון דעם אַוויאַציע־פֿעלדמאַרשאַל, יאַהאַרד מילך (Erhard Milch), איז געווען אַ ייִד, אַן אַפּטייקער. דער זיידע פֿון רײַנהאַרד הײַדריך (Reinhard Heydrich), איינער פֿון די פֿירער אינעם „דריטן רײַך‟, איז געווען אַ ייִד. מע דערציילט, אַז איין מאָל איז רײַנהאַרד געקומען אַהיים גאָר שיכּור, און דערזעענדיק זיך אין שפּיגל, צוויי מאָל אויסגעשאָסן אין זײַן אָפּבילדונג, און געזאָגט: „פּאַסקודנער ייִד‟…

אין דער אַרמיי פֿון גענעראַל וולאַסאָוו, וועלכער איז פֿרײַוויליק איבערגעגאַנגען צו די דײַטשן און געהאַלטן מלחמה קעגן ראַטן־פֿאַרבאַנד, זענען געווען 171 ייִדן.

צווישן די שלאַכטמענער פֿון דער אַנטיסעמיטישער אַרמיי, מיט וועלכער ס’האָט אָנגעפֿירט סטעפּאַן באַנדעראַ, זענען אויך געווען עטלעכע ייִדן, דאָקטוירים…

נאָך פֿריִער, אין 1939, אין דער „ווינטער־מלחמה‟ צווישן פֿינלאַנד און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן די ייִדן העלדיש געקעמפֿט אי אין דער סאָוועטישער, אי אין דער פֿינישער אַרמיי. אין דער דאָזיקער מלחמה האָט אַ ייִדישער לייטענאַנט, לעאָניד באָבער, באַקומען דעם טיטל: „העלד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟. פֿופֿצן פֿינישע סאָלדאַטן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם זענען געפֿאַלן אין די שלאַכטן. אַ סך האָט מען באַלוינט מיט פֿינישע באַלוין־צייכנס…