„רעדט פּאַמעלעכער, כ׳זאָל פֿאַרשטיין ...‟

“Can You Please Repeat That, Slowly?”


פֿון הערשל גלעזער

Published May 18, 2014, issue of June 06, 2014.

אַ מאָל איז אַ יונגער־מאַן אַרויסגעפֿאָרן מיט אַ חבֿרטע, כּלומרשט אויף אַ וואַקאַציע, אָבער דער יונגער־מאַן האָט נאָר געזען וואָס מער צו אַרבעטן. כאָטש ער איז דעמאָלט נאָך נישט געווען קיין אויסגעשולטער שפּראַכפֿאָרשער, האָט ער אויסגעניצט יעדע רגע צו רײַטן אויף זײַן פֿערדל — לשון. צי דאָס איז געפֿעלן געווען זײַן חבֿרטע איז אַ גרויסער ספֿק, נאָר מילא, פֿאַרפֿאַלן… מיט איין וואָרט, ס’איז נישט קיין וווּנדער, וואָס מיט יענער חבֿרטע האָט זיך דער יונגער־מאַן לאַנג נישט געהאַלטן.

וואָס, אַ שטייגער, האָט ער געטאָן? די ערשטע סטאַנציע איז געווען די שטאָט אַטען. גייענדיק איבער די גאַסן פֿון דער שטאָט, האָט ער זיך באַמיט איבערצולייענען יעדעס שילדל, כאָטש קיין גריכיש האָט ער נישט געקענט. ער האָט מיט זיך אַרומגעטראָגן אַ גריכיש־ענגליש שפּראַכביכעלע און געפּרוּווט אַ רעד טאָן מיט קרעמערס, קעלנערס, פֿרעמדע אין גאַס. איין קלייניקייט: אַרויסברענגען אַ פּאָר ווערטער פֿונעם ביכעלע האָט ער יאָ געקענט, אָבער צו ענטפֿערן אויף יענעמס פֿראַגע האָט ער דאָך נישט פֿאַרשטאַנען! אַ מאָדנע זאַך: אין אַטען, אַ שטאָט פֿול מיט טוריסטן, איז כּמעט ווי נישט געווען קיין ענגליש־רעדערס אָדער קיין שילדן אויף ענגליש (אין דער פּראָווינץ האָט דאָס יונגוואַרג געפֿונען אַ סך מער ענגליש־קענערס).

איין מאָל איז דאָס פּאָרל אַרײַן אין אַ בעקערײַ צו קויפֿן אַ ברויט. נו, איז קיין ברויט שוין נישט געווען. האָט דער יונגער־מאַן אַרויסגעכאַפּט זײַן ביכעלע און אויסגעקוועטשט אַ זאַץ: „וווּ קען מען קויפֿן ברויט?‟ — דעם ענטפֿער האָט ער, פֿאַרשטייט זיך, נישט פֿאַרשטאַנען. האָט ער אַ מיש געטאָן און אַרויסגעלייענט: „כ’האָב נישט פֿאַרשטאַנען“. האָט דער קרעמער איבערגעחזרט זײַנע ווערטער. האָט דער יונגער־מאַן ווײַטער נישט פֿאַרשטאַנען. האָט ער ווײַטער אַ מיש געטאָן און אויסגעקוועטשט: „רעדט פּאַמעלעכער, כ’זאָל פֿאַרשטיין“. האָט ער, אַוודאי, ס’דריטע מאָל אויך נישט פֿאַרשטאַנען. איז דעם קרעמער שוין נימאס געוואָרן די גאַנצע מעשׂה, איז ער אַרויס פֿון הינטערן בופֿעט, אָנגענומען די צוויי אומבאַהאָלפֿענע פֿאַר דער האַנט און זיי צוגעפֿירט אין דער צווייטער קראָם. אַז יענער איז צוריק אַוועק צו זיך, האָט די חבֿרטע זיך צון אים געווענדט: „וואָס האָסטו אים געזאָגט?“ ער: „כ’האָב אים געבעטן רעדן פּאַמעלעכער, כ’זאָל פֿאַרשטיין“. זי: „אָבער דו קענסט דאָך נישט זײַן לשון!“ ער: „יאָ, דערפֿאַר אָבער רעד איך עס אַרויס כּמעט פֿליסיק“. האָט זי געמאַכט אַ קרומע מינע און מער גאָרנישט געזאָגט.

מיט איין טועכץ זײַנעם האָט זיך זײַן חבֿרטע יאָ געפֿרייט: טייל אויפֿשריפֿטן האָט ער דעשיפֿרירט. יעדער מענטש האָט געוויסע באַדערפֿענישן, וואָס ער קען זיי נישט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט. נאָר אין אַ ווילדער פֿרעמדער שטאָט, וווּ מע רעדט נישט קיין ענגליש, מוז מען זיך אַליין געבן אַן עצה. גייען אונדזערע העלדן אַרײַן אין אַ רעסטאָראַן, עפּעס צו באַשטעלט אויף זייער אומגעלומפּערטן אופֿן; אָפּגעגעסן זענען זיי דערנאָך געגאַנגען זוכן אַ וואַשצימער. איז ווידער: וווּהין דאַרף אַרײַנגיין זי און וווּהין ער?

שאַ, ער האָט דאָך אַ ביכעלע, נאָר… וווּ איז עס? נישטאָ. קוקן זיי אָן די פֿרעמדע ווערטער, ΑΝΔΡΩΝ און ΓΥΝΑΙΚΩΝ, און ווייסן ווײַטער נישט וואָס צו טאָן. סוף־כּל־סוף, נעמט ער זיך צו דער אַרבעט: „דאָס וואָס אויף דער רעכטער טיר“, זאָגט ער, „לייענט זיך ג י נ ע ק… מוז עס זײַן טײַטש ‘פֿרויען’“. „פֿון וואַנעט ווייסטו דאָס?“ פֿרעגט זי מיט חשד. „וואָס הייסט?“ ענטפֿערט ער. „ס’איז דאָך אַזוי ווי ‘גינעקאָלאָגיע’“. פֿאַרוווּנדערט זי זיך: „מיר וואָלט אַזוינס קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן. ביסט פֿאָרט אַ כוואַט!“

אָבער שפּעטער האָט די חבֿרטע געהאַט פֿון וואָס צו לאַכן: נאָך עטלעכע טעג אין דער קרוינשטאָט האָט ס’פּאָרל באַשלאָסן, אַז אַרומפֿאָרן איינע אַליין איבערן לאַנד איז צו שווער, האָבן זיי זיך פֿאַרשריבן אויף אַן אויטאָבוס־טור. דער אויטאָבוס האָט זיי אין איינעם מיט נאָך אַ צענדליק פּאָרלעך אַרומגעפֿירט איבערן האַלבאינדזל פּעלאָפּאָנעס, אין שפּיץ מיט אַ וועגווײַזערין, אַ גריכישע פֿרוי, וואָס רעדט ענגליש. פֿאַר דער צײַט פֿונעם טור האָט מען געזען אַזוי פֿיל טשיקאַווע זאַכן און געוואָלט פֿרעגן אַזוי פֿיל קשיות, נאָר יעדעס מאָל וואָס דער יונגער־מאַן איז צוגעגאַנגען צו דער וועגווײַזערין, אַ קליין ווײַבעלע, איז פֿאַר איר געשטאַנען אַ הויכער, באַבערדלטער אַמעריקאַנער און זי אויסגעפֿרעגט אָן אַ סוף וועגן איר לשון: „ווי זאָגט מען דאָס? און ווי זאָגט מען דאָס? און ווי זאָגט מען יענץ?“ דעם יונגן־מאַן איז שוין נימאס געוואָרן דאָס אויסהערן יענעמס קשיות, ווענדט ער זיך צון אַ פֿרוי, וואָס שטייט לעבן אים: „וואָס איז מיט יענעם? דאַרף ער רעדן די גאַנצע צײַט?“ „ענטפֿערט די פֿרוי: „דאָס מיינסטו איז מײַן מאַן?“

וועגן דעם גריכישן לשון ווייסן קינדער אין די וויגן, אַז פֿון דאָרטן שטאַמען וויסנשאַפֿטלעכע און אַנדערע מאָדערנע טערמינען פֿון „גינעקאָלאָגיע“ און „ביאָלאָגיע“ ביז „פֿיזיק“ און „גימנאַסטיק“. מע ווייסט אַוודאי אויך, אַז „ביבליאָטעק“ איז זייערס אַ וואָרט. נאָר צי ווייסט מען, אַז „טעקע“, וואָס איז קענטיק אַרײַן אין מאַמע־לשון פֿון פּויליש, וואַקסט פֿונעם זעלביקן שורש, וואָס די צווייטע העלפֿט „ביבליאָטעק“? ס’איז פֿון אַ שורש, טײַטש ‘זעצן’, איז אַ טעקע דאָרטן, וווּ מע זעצט אײַן זאַכן, און אין אַ ביבליאָטעק „זעצט‟ מען דאָך אײַן ביכער. פֿון דעם זעלבן שורש נעמען זיך „טעזע“ און „היפּאָטעזע“ און „טעזיס“ און „טעמע“ און „אַפּטייק“ און „היפּאָטעק“ און „סינטעטיש“. אויב דאָס איז ווינציק, וואַקסן אויך פֿון דעם שורש אַרויס די לאַטײַניש־שטאַמיקע ווערטער „פֿאַקט“, „אַפֿערע“, „פּערפֿעקט“, „קאָנפֿיטור“, „קאָנפֿעקציע“, „פֿאַקולטעט“, „עפֿעקטיוו“, „דעפֿעקט“ און „אינפֿעקציע“; און ס’קער זיך אויך אַפֿילו אָן מיטן ייִדישן ווערב „טאָן“.

ווי איר זעט, קאָן דער נײַגער פֿון אַ לינגוויסט אַ טוריסט, אָדער אַ טוריסט אַ לינגוויסט, אַנטפּלעקן אין אַ פֿרעמד לאַנד ווערטער, וואָס מ‘האָט זיי שטענדיק געהאַלטן פֿאַר אייגענע. אַ קיצור, מע דאַרף זיך נאָר גוט צוהערן איינער צום צווייטן, און וועלן איינער דעם צווייטן פֿאַרשטיין.