„קוטשערס‟, דער באַרימטער האָטעל אין די קאַטסקיל־בערג, וועט אין עטלעכע וואָכן אַרום צעשטערט ווערן.
דאָס גרונטאייגנס פֿון 1,300 אַקער, וואָס געפֿינט זיך לעבן מאָנטיסעלאָ, נ״י, איז פֿאַראַיאָרן פֿאַרקויפֿט געוואָרן פֿאַר 8.18 מיליאָן דאָלאַר צו Veria Lifestyle Inc, וואָס האָט בדעה צו בויען דאָרט אַ קוראָרט. די אַרבעטער האָבן שוין אָנגעהויבן אויסהאַקן די ביימער, און במשך פֿון די קומענדיקע צוויי וואָכן וועט מען צעשטערן אַלע בנינים, האָט איבערגעגעבן די „טײַמס העראַלד־רעפּאָרט‟.
„קוטשערס‟ איז דער לעצטער פֿון די „באָרשט־בעלט‟־האָטעלן זיך צו שליסן. ער איז געבויט געוואָרן אין 1907 דורך די ברידער מאַקס און לויִ קוטשער, און אין 1946 האָט לויִס זון, מילטאָן, איבערגענומען די לייצעס. צווישן די 1950ער און 1980ער יאָרן האָט מילטאָן קוטשער געשאַפֿן אַן ערשט־קלאַסישן האָטעל פֿון 400 צימערן, צוויי זומער־קאָלאָניעס, צוויי זומער־לאַגערן, אַ גרויס גאָלף־פֿעלד און אַ שווימבאַסיין לעבן דער אָזערע. ער און זײַן פֿרוי העלען האָבן געפֿירט דעם האָטעל ביז זײַן טויט אין 1998. דעמאָלט האָט זײַן זון מאַרק איבערגענומען די פֿאַרוואַלטונג.
די Forward־רעפּאָרטערין מאַשע בערנשטיין לעאָן געדענקט גוט אירע זומערן אין „קוטשערס‟ מיט איר מאַן, דזשאָו: „אָנהייבנדיק פֿון די 1950ער יאָרן, פֿלעגן מיר יעדן זומער פֿאָרן אויף אַ וואָך אַהין, און אין יענע יאָרן האָט מען נאָך געהערט אַ סך ייִדיש, אין פֿאַרשידענע דיאַלעקטן: ליטוויש, גאַליציאַנער און אונגעריש. מיר פֿלעגן זיצן בײַ דער אָזערע מיט אונדזערע פֿרײַנד, ס׳רובֿ פֿון זיי — לעבן געבליבענע פֿון חורבן. אַ טייל האָבן דערציילט וועגן זייערע איבערלעבונגען; אַנדערע — נישט. בײַ די, וועלכע האָבן יאָ דערציילט, איז דער שמועס געוואָרן זייער לעבעדיק. ׳דו ביסט געווען אין 3 לאַגערן? איך בין געווען אין 4!׳ וואָלט איינער געזאָגט, און נאָך איינער וואָלט צוגעגעבן, אַז מע האָט אים שוין געפֿירט אויף אַ טויטמאַרש. ס׳האָט ממש געקלונגען ווי זיי קאָנקורירן איינער מיטן צווייטן, ווער ס׳האָט געליטן צום ערגסטן,‟ האָט פֿרוי לעאָן באַמערקט.
אַזוי ווי אין אַלע האָטעלן אין די קאַטסקילס, פֿלעגט מען אין „קוטשערס‟ דערלאַנגען צום טיש ריזיקע פּאָרציעס עסן. „אין איין טאָג האָט מען דאָרט געקענט עסן מער ווי אַ ייִד אין שטעטל האָט געגעסן אַ גאַנצע וואָך,‟ האָט פֿרוי לעאָן זיך דערמאָנט. „מיר זענען איין מאָל געזעסן מיט אַ גרופּע געסט פֿון אַ קאָנפֿערענץ — ס׳רובֿ פֿון זיי זענען נישט געווען קיין ייִדן — און ווען זיי האָבן אָנגעקוקט די אָן אַ שיוער ברירות אינעם מעניו, האָבן זיי נישט געוווּסט, נעבעך, פֿון וואָס אָנצוהייבן. ׳נו, אויב אַזוי, באַשטעל דעם גאַנצן מעניו!׳‟ האָט דער סאַרווער געזאָגט. כ׳מוז דיר זאָגן, די געסט האָבן אויסגעזען אַזוי גליקלעך, ווי מע וואָלט זיי אַרײַנגעבראַכט אין גן־עדן!‟
אין די שפּעטערע יאָרן, ווען דער עולם איז שוין געווען אַ מער אַסימילירטער, האָט „קוטשערס‟ צוגעצויגן באַרימטע קוישבאָל־פֿיגורן, ווי דער טרענירער פֿון די „סעלטיקס‟, רעד אויערבאַך און דער קוישבאָל־שטערן ווילט טשיימבערלין, וועלכער האָט יונגערהייט געאַרבעט דאָרט ווי אַ האָטעל־ייִנגל.
די אַנדערע באַרימטע ייִדישע האָטעלן אין די קאַטסקילס האָט מען שוין פֿון פֿריִער פֿאַרקויפֿט אָדער צעשטערט. בלויז „גראָסינגערס‟ שטייט נאָך, אין גאַנצן פֿאַרלאָזט און פֿאַרוואַקסן. אַ טייל פֿון די קלענערע אַמאָליקע האָטעלן אינעם ראַיאָן האָבן איבערגענומען חסידישע גרופּעס און פֿאַרוואַנדלט זיי אין שולן, זומער־לאַגערן אָדער זומער־קאָלאָניעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.