אין אַ חודש אַרום דאַרפֿן פֿאָרקומען די וואַלן פֿון פֿראַנקרײַכס הויפּט־רבֿ. דער הויפּט־רבֿ איז די צענטראַלע פֿיגור, וואָס רעפּרעזענטירט די פֿראַנצייזישע ייִדן, און שטייט בראָש פֿונעם קאָנסיסטואַר, די אָפֿיציעלע ייִדישע מלוכה־אינסטאַנץ. זינט דער רבֿ זשיל בערנהײַם האָט געמוזט אָפּטרעטן פֿונעם פּאָסטן מיט מער ווי אַ יאָר צוריק, צוליב אַ פּלאַגיאַטן־סקאַנדאַל, האָט דער קאָנסיסטואַר אַלע מאָל אָפּגעלייגט די וואַלן פֿון ס’נײַ, און דערווײַל זענען די רבנים, מישעל גוגענהײַם, און אָליוויע קאַופֿמאַן געווען די אַמטירנדיקע הויפּט־רבנים.
די הויפּט־סיבה פֿאַרן אָפּלייגן די וואַלן אַזוי לאַנג איז געווען אַ סיכסוך אַרום אַ קאָנטראָווערסיאַלער רעפֿאָרמע אין דער סטרוקטור פֿון דער אינסטיטוציע, וואָס דער פּרעזידענט פֿון קאָנסיסטואַר, זשאָעל מעגי, פֿאַרפּלאַנירט שוין לאַנג; הײַנט צו טאָג איז דאָ אַ צענטראַלער קאָנסיסטואַר, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט אַלגעמיינע ענינים און לאָקאַלע, וואָס רעפּרעזענטירן די פֿאַרשיידענע רעגיאָנען פֿון פֿראַנקרײַך. מעגי וויל איצט, אַז דער פּאַריזער קאָנסיסטואַר זאָל אַרײַנגלידערן אין זיך דעם צענטראַלן קאָנסיסטואַר; דעמאָלט וואָלט דער הויפּט־רבֿ פֿון פּאַריז אויך מן־הסתּם געוואָרן אַ טייל פֿונעם פּאַריזער קאָנסיסטואַר און שוין נישט מער געווען אַזוי אומאָפּהענגיק ווי ער איז איצטער.
פֿראַנקרײַך איז זייער אַ צענטראַליזירט לאַנד, און אַלץ גייט אַלע מאָל דורך פּאָריז, נישט נאָר וואָס שייך אַדמיניסטראַציע, נאָר אויך האַנדל און קולטור. מעגי און זײַנע אָנהענגער מיינען, אַז אַזוי ווי אַלע וויכטיקע ענינים גייען כּסדר סײַ ווי דורך פּאַריז, וועט אַזאַ רעפֿאָרמע פֿאַרבעסערן די סטרוקטור. נאָר מן הסתּם זענען דאָ אויך אַ סך קעגנער, דער עיקר, די רבנים פֿון דער פּראָווינץ, וואָס מיינען, אַז אַזוי אַרום וועלן זיי און זייערע קהילות אין גאַנצן ווערן איבערגעלאָזט אין אַ זײַט, און נישט מער האָבן קיין פּאָליטישע מאַכט.
דאָס אַלץ איז שוין גענוג אָנגעווייטיקט, אָבער ווי עס געשעט אָפֿט אין אַזעלכע סיטואַציעס קומען צו נײַע סקאַנדאַלן, וואָס בלאָזן אויף דאָס פֿײַער. אין צענטער פֿונעם פֿרישן צוזאַמענשטויס שטייען דער פּאַריזער בית־דין און דער אַמטירנדיקער הויפּט־רבֿ מישעל גוגענהײַם. אַ יונגע פֿרוי און איר משפּחה באַשולדיקן דעם בית־דין, אַז ער איז מסכּים געווען מע זאָל זי שאַנטאַזשירן אין אַ גט־אַפֿערע. דעם 18 מאַרץ איז די פֿרוי געקומען אין בית־דין, באַגלייט פֿון אירע צוויי ברידער און אַ פֿעטער, זיך אָפּצוגטן מיטן מאַן. מיט פֿינעף יאָר צוריק האָט זי זיך צעשיידט מיט אים, און זינט דעמאָלט האָט ער זיך אָפּגעזאָגט איר צו געבן אַ גט, כאָטש די ציווילע פֿאָרמאַליטעטן זענען שוין באַשטימט געוואָרן מיט צוויי יאָר צוריק.
דער מאַן האָט געפֿאָדערט, אַז די פֿרוי זאָל לייקענען די באַשולדיקונגען, וואָס זי האָט געמאַכט קעגן אים בשעתן ציווילן פּראָצעס, און דערצו האָט ער פֿאַרלאַנגט זי זאָל אים באַצאָלן זייער אַ גרויסע סומע געלט: צוערשט, האָט ער געוואָלט 30 טויזנט אייראָס מזומן, און דערנאָך געזאָגט, זי זאָל געבן אַ טשעק פֿון 90 טויזנט אייראָס דער לובאַוויטשער געזעלשאַפֿט „סיני‟.
דאָס וועבזײַטל פֿון דער געזעלשאַפֿט Avenir du judaïsme איז געווען דאָס ערשטע, וואָס האָט באַריכטעט וועגן דער אַפֿערע. די רעדאַקציע האָט באַקומען אַ פֿילם פֿון דער פּראָצעדור, וואָס די משפּחה פֿון דער פֿרוי האָט באַוויזן צו פֿילמירן באַהאַלטענערהייט, כאָטש דער בית־דין האָט זיי געבעטן צו לאָזן זייערע מאָבילקעס אין אַ זײַט, זיי זאָלן נישט קענען רעקאָרדירן אָדער פֿילמירן.
אינעם אַרטיקל פֿון דעם וועבזײַטל ווערט דערציילט, אַז אינעם פֿילם זעט מען, ווי די רבנים פֿון בית־דין זאָגן דער פֿרוי, אַז זי מוז אָננעמען די באַדינגונגען פֿונעם מאַן, אויסצאָלן דאָס געלט און לייקענען די באַשולדיקונגען קעגן אים, ווײַל דאָס איז דער פּרײַז, וואָס זי מוז צאָלן פֿאַר איר פֿרײַהייט. די פֿרוי און איר משפּחה האָבן אין אָנהייב געזאָגט, אַז זיי זענען מסכּים, אָבער דערנאָך געזאָגט, אַז זיי האָבן פֿילמירט די גאַנצע זאַך און אויך אָנגעזאָגט דער פּאָליציי פֿון פֿריִער, וואָס מע האָט פֿון זיי געבעטן, ווײַל ס’איז נישט לעגאַל. צום סוף, האָט מען זיי צוריקגעגעבן זייער טשעק.
די דעבאַטע אַרום דער זאַך איז איצט זייער אַ הייסע. דער בית־דין און דער קאָנסיסטואַר זאָגן, אַז מע האָט דערציילט די פּרטים אָן דעם קאָנטעקסט, און אַז זיי האָבן נישט געהאַט קיין ברירה, אויב זיי האָבן געוואָלט די פֿרוי זאָל באַקומען אַ גט פֿונעם מאַן. זיי זאָגן, אַז אַזעלכע פֿאַלן געשען כּמעט קיין מאָל נישט, ווײַל הונדערטער פּאָרפֿעלקער לאָזן זיך גטן בײַ זיי יעדעס יאָר, און כּמעט אַלע מאָל געפֿינט מען אַ פּשרה צווישן די צדדים.
פֿון דער אַנדערער זײַט, זאָגן די קעגנערס, דער עיקר, עטלעכע פֿרויען־אָרגאַניזאַציעס און אַנדערע פֿאַרטיידיקער פֿון פֿרויען־רעכט אין דער קהילה, אַז אין דער אמתן געשעען אַזעלכע זאַכן נישט זעלטן, און אַז מע וואָלט געדאַרפֿט האָבן אַנדערע לעגאַלע אויסוועגן. לויטן פֿראַנצייזישן געריכט איז דאָ אַ מעגלעכקייט צו באַשטראָפֿן פֿינאַנציעל אַ מאַן, וואָס וויל נישט אָפּגטן דאָס ווײַב, צוליבן דעם שאָדן, וואָס ער טוט איר אָן.
איין זאַך איז זיכער: די וואַלן פֿאַרן הויפּט־רבֿ זענען נישט קיין רויִקע מעשׂה…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.