דאָס וואָלט אפֿשר געקענט זײַן אַ סיפּור-המעשׂה פֿאַר די „פֿאָקס‟-נײַעס. דער דאָזיקער טעלעוויזיע-קאַנאַל איז תּמיד גליקלעך צו האָבן טענות צום פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. דער אַעראָפּלאַן, מיט וועלכן איך בין געפֿלויגן פֿון ניו-יאָרק קיין לאָנדאָן, האָט זיך פֿאַרהאַלטן אויף אַ גאַנצער שעה דווקא צוליב דעם פּרעזידענט: זײַן אָנגעקומען קיין ניו-יאָרק אויף דער עפֿענונג פֿונעם 9/11־מוזעום האָט פֿאַרהאַלטן די פּילאָטן אויפֿן וועג קיין פֿליפֿעלד; האָב איך שוין געמוזט מיט עפּעס פֿאַרנעמען מײַן מוח.
דער „בריטיש עירווייס‟ האָט, ווי שטענדיק, פֿאָרגעלייגט אַ ברייטן אויסקלײַב פֿון נײַע פֿילמען, און דאָס איז געווען אַ גוטע קאָמפּענסאַציע פֿאַר דער געפּטרטער שעה. צווישן די פֿילמען איז געווען אויך The Monument Men, געמאַכט דורך דזשאָדזש קלוני, וועלכן איך האָב ביז דעם דאָזיקן פֿילם געהאַלטן פֿאַר אַ קאָפּ-מענטשן. מיר איז געפֿעלן געוואָרן, למשל, זײַן פֿילם Good Night, and Good Luck.
מיט קלוני האָב איך אַ לאַנגע געשיכטע, דהײַנו: מיט אַ יאָר צוואַנציק צוריק האָט אונדזער טאָכטער, דעמאָלט נאָך אַ תּלמידה, באַשלאָסן צו ווערן (און איז טאַקע געוואָרן) אַ דאָקטער. האָט זי אונדז אַוועקגעזעצט צו קוקן דעם אַמעריקאַנער טעלעוויזיע-פֿילט ER, וואָס איז פּונקט דעמאָלט אַרויס אויף דער בריטישער טעלעוויזיע און איז טאַקע געווען וועגן דאָקטוירים. איך בין זיכער, אַז אַ סך לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ געדענקען די אין-סופֿיקע מעשׂה, וואָס איז געווען זייער פּאָפּולער. גראָד דעמאָלט בין איך געקומען אויף אַ באַזוך קיין רוסלאַנד, און דאָרטן האָט מען אויך, מיט עפּעס אַ פֿאַרשפּעטיקונג, געקוקט דעם דאָזיקן סעריאַל, אין וועלכן עס האָט זיך אַנטוויקלט, ווי אַ צענטראַלע טעמע, אַ ראָמאַן צווישן דעם העלד, וועלכן עס האָט געשפּילט קלוני, און דער העלדין, געשפּילט דורך דזשוליאַנאַ מאַרגוליס (הײַנט באַווײַזט זי זיך אין The Good Wife).
הקיצור, האָב איך גענומען קוקן דעם „מאָנומענטן-לײַט‟, וואָס איז געדיכט „באַפֿעלקערט‟ מיט זייער באַקאַנטע אַקטיאָרן. אָבער דעם פֿילם גופֿא האָט עס לחלוטין ניט געהאָלפֿן, עס האָט זיך סײַ-ווי-סײַ באַקומען כּמעט אַ שמאַטע. איך שטעל דאָ אַרײַן „כּמעט‟, ווײַל עס זײַנען דאָך דאָ אויך אמתע שמאַטעס. איינע פֿון זיי איז מיר אויסגעקומען צו זען ניט לאַנג צוריק, עס הייסט Walking with the Enemy. דאָס איז טאַטע געווען אַ שמאַטע-שבשמאַטע. באַזונדערס פֿאַרדריסלעך איז געווען, אַז די טעמע פֿון דעם „גייענדיק מיטן שׂונאה‟ איז אַן ערנסטע — דער טראַגישער גורל פֿון אונגאַרישע ייִדן בעתן חורבן.
אָבער לאָמיך זיך אומקערן צו די „מאָנומענטן-לײַט‟. די רייד גייט אין דעם פֿילם וועגן אַ גרופּע אַמעריקאַנער קונסט-קענער, געשיקט קיין אייראָפּע מיטן שליחות צו ראַטעווען קולטור-אוצרות אין די לעצטע חדשים פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. אַ וויכטיקע טעמע, וואָס בלײַבט נאָך אַלץ אַקטועל. אָבער בײַ מיר האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז קלוני און זײַן קאָמאַנדע זײַנען גאָר ניט ערנסט צוגעגאַנגען צו דער אַרבעט. מײַן זון האָט מיר געזאָגט: „האָב ניט קיין טענות צו קלוני. זײַן קאָפּ איז געווען פֿאַרנומען מיט אַלאַמודין‟. ער האָט דערמיט געמיינט קלוניס פֿאַרקנסונג מיט דער ביירוט-געבוירענער, אָבער אין תּוך אַרײַן בריטישער, אַמאַל אַלאַמודין, וואָס איז באַקאַנט ווי אַ פֿעיִקע יוריסטקע.
אַזוי צי אַזוי, באַוווּסטזיניק צי אומבאַוווּסטזיניק, האָט קלוני און זײַן קאָמאַנדע געמאַכט אַ פֿילם ווי אַ געמיש פֿון קלישעען, גענומען פֿון דרײַ פֿילמען: The Magnificent Seven, Saving Private Ryan און Indiana Jones. איך רעד שוין ניט וועגן כּלערליי היסטאָרישע אומפּינקטלעכקייטן. למשל, איינער פֿון די „מאָנומענטן-לײַט‟ רעדט וועגן 20 מיליאָן אומגעקומענע סאָוועטישע בירגער. אָבער די דאָזיקע ציפֿער, 20 מיליאָן, איז צום ערשטן מאָל דערמאָנט געוואָרן, דורך ניקיטאַ כרושטשאָוו, אַזש אין יאָר 1956. ביז יענע צײַט איז געווען באַקאַנט, אַז די סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט פֿאַרלוירן 7 מיליאָן לײַט — סטאַלין האָט ניט געוואָלט ווײַזן דעם גאַנצן שרעקלעכן פֿאַרנעם פֿון דער טראַגעדיע, אין וועלכער ער איז אויך געווען שולדיק.
ס‘איז שווער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי אַ צענדליק זייער גוטע אַקטיאָרן האָבן זיך ניט אָפּגעזאָגט צו שפּילן אין דעם פֿילם. ס‘איז ממש אַ רחמנות צו קוקן, אַ שטייגער, אויף קייט בלאַנשעט, וועלכע האָט באַקומען די ראָליע פֿון אַ פֿראַנצויזישער מוזעום-קוראַטאָרין, וועלכע האָט געהאָלפֿן צו ראַטעווען קונסט-ווערק, אָנגעראַבעוועט דורך די נאַציס. דאָך, האָט מען געמוזט (?) אַרײַנשטעלן אין דעם סצענאַר אַ סטערעאָטיפּ פֿון אַ פּאַריזער פֿרוי: קיין בלאַנשעט לייגט פֿאָר איינעם פֿון די אַמעריקאַנער, געשפּילט דורך מעט דעמאָן, ער זאָל דורכפֿירן מיט איר אַ נאַכט. וואָס זשע טוט דער דאָזיקער אַמעריקאַנער? איר זײַן גערעכט: ער האָט זיך אָפּגעזאָגט, ווײַל ער איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט קיין פֿראַנצויזישער, ער איז אַ מענטשן פֿון שטרענגע משפּחה-ווערטן.
עס איז זיך ניט באַגאַנגען אָן געוויסע דערמאָנונגען פֿון ייִדן, פֿון דעם חורבן. אָבער, ווידער אַ מאָל, איז אַלץ גענומען געוואָרן פֿון קלישעען. אָדער אַזאַ עפּיזאָד: דער שטרענגער אַמעריקאַנער מאָראַליסט נעמט אַ בילד, קאָנפֿיסקירט פֿון אַ ייִדישער משפּחה, און ברענגט עס אין זייער רויִנירטער, ליידיקער דירה. און כאָטש ער ווייסט, אַז די גאַנצע ייִדישע משפּחה איז אומגעבראַכט געוואָרן, הענגט ער אויף דאָס בילד אויף דער וואַנט פֿון דער דאָזיקער דירה און גייט אַוועק. אַ סבֿרא, אַז דאָס איז פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַ סימבאָל פֿון גערעכטיקייט, אָבער עס האָט באַקומען אַ פּנים פֿון אַ סימבאָל פֿון נאַרישקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.