אַז מע לייענט די לעצטע נײַעס פֿון אינדיע, וועגן דער דערוויילונג פֿון אַ נײַער פּאַרטיי אין דער גרעסטער דעמאָקראַטישער מדינה אויף דער וועלט, דערקענט מען ענלעכקייטן מיט דער פּאָליטישער געשיכטע פֿונעם סאַמע קלענסטן דעמאָקראַטיש לאַנד אין דער וועלט — ישׂראל.
אין אינדיע האָט נאַרענדראַ מאָדי, דער פּרעמיער־קאַנדידאַט פֿון דער רעכט־ליניקער הינדויִסטישער פּאַרטיי, „בהאַראַטיִאַ דזשאַנאַטאַ‟ (BJP), געוווּנען אַ פֿולשטענדיקע מאַיאָריטעט אינעם פּאַרלאַמענט. דערבײַ האָט די פּאַרטיי באַזיגט דעם „אינדישן נאַציאָנאַלן קאָנגרעס‟ — די מעסיק־לינקע פּאַרטיי, וואָס האָט רעגירט במשך פֿון כּמעט די גאַנצע מאָדערנע תּקופֿה פֿון אינדיע.
די וואַלן דערמאָנען אין אַן ענלעכן מאָמענט אין מדינת־ישׂראל — די וואַלן פֿון 1977, באַקאַנט ווי די מהפּכה, אָדער אַן איבערקערעניש. אין יענעם יאָר, האָט די רעכט־ליניקע פּאַרטיי „ליכּוד‟, מיט מנחם בייגין בראָש, איבערגענומען פֿון „עבֿודה‟ (די אַרבעט־פּאַרטיי), וואָס האָט געהאַט געהערשט אין לאַנד זינט זי איז געוואָרן אַ מדינה, אין 1948.
„עבֿודה‟ איז געגרינדעט געוואָרן דורכן ערשטן פּרעמיער, דוד בן־גוריון, און האָט געפּריידיקט סעקולערע, סאָציאַל־דעמאָקראַטישע פּרינציפּן. אָבער אין 1977, נאָך אַ ריי קאָרופּציע־סקאַנדאַלן, איז „עבֿודה‟ נאָך אַ מאָל באַשולדיקט געוואָרן אין קאָרופּציע, ווען מע האָט זיך דערוווּסט, אַז די פֿרוי פֿונעם פּרעמיער יצחק ראַבין האָט געהאַט אַן אומלעגאַלע באַנקקאָנטע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און ראַבין האָט טאַקע צוליב דעם געמוזט דעמיסיאָנירן. די וויילער האָבן אויך באַשולדיקט די פּאַרטיי אינעם האָבן נישט זײַן צוגעגרייט, ווען ס׳האָט אויסגעבראָכן די „יום־כּיפּור מלחמה‟ אין 1973.
„ליכּוד‟ — אַ קאָאַליציע פֿון קלענערע רעכט־געשטימטע פּאַרטייען — האָט געוווּנען 43 פֿון די 120 ערטער אין כּנסת (אַנטקעגן די 32 ערטער, וואָס „עבֿודה‟ האָט געוווּנען), דורכן צוציִען די וויילער, וועלכע האָבן ביז דעמאָלט זיך געפֿילט איגנאָרירט מצד „עבֿודה‟, בפֿרט די פֿרומע און מיזרחדיקע ייִדן. בייגין איז דעמאָלט געווען 63 יאָר אַלט. ווי אַ פֿירער פֿון דער „ארגון‟ — אַ רעכט־עקסטרעמיסטישע מיליץ, וואָס האָט אַטאַקירט די בריטישע פּאָזיציעס פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה — איז בייגין באַצייכנט געוואָרן בײַ אַ טייל מענטשן ווי אַ טעראָריסט. ווי דער פּרעמיער האָט ער געפּריידיקט, אַז מע זאָל בויען ייִדישע קאָלאָניעס אויפֿן מערבֿ־ברעג; ער איז געווען שפּאַרבעריש וואָס שייך דער שוץ־פּאָליטיק, און האָט געהאַלטן, אַז מע דאַרף, צום טייל, באַפֿרײַען די עקאָנאָמיע פֿון די מלוכישע אינסטאַנצן.
די איצטיקע וואַל־רעזולטאַטן אין אינדיע קלינגען ענלעך. די ביז־איצטיקע פּאַרטיי, INC, האָט געפּריידיקט סעקולערע, סאָציאַל־דעמאָקראַטישע פּרינציפּן, און ווערט שוין פֿון לאַנג באַטראַכט מצד די וויילער ווי קאָרומפּירט. אַזוי ווי „ליכּוד‟, האָט די געווינענדיקע פּאַרטיי, BJP, קאָמבינירט אַ רעכט־ליניקע שטעלונג מיט פּלענער צו ליבעראַליזירן די עקאָנאָמיע; און דער 64־יאָריקער פֿירער, מאָדי, האָט — ווי בייגין — אָנגעהויבן זײַן קאַריערע אין אַ קאָנטראָווערסאַלער רעכט־ליניקער אָרגאַניזאַציע.
אַוודאי, זענען אויך דאָ אונטערשיידן. BJP האָט געוווּנען אַ מאַיאָריטעט פֿון די ערטער אינעם פּאַרלאַמענט, בעת „ליכּוד‟ האָט געדאַרפֿט צונויפֿשטוקעווען אַ קאָאַליציע פֿון די רעליגיעזע און צענטריסטישע פּאַרטייען. און הגם „ליכּוד‟ איז תּמיד געווען פּאָזיטיוו־געשטימט צום רעליגיעזן סעקטאָר, און גרייט מיטצואַרבעטן מיט די פֿרומע ייִדישע פּאַרטייען, איז זי אין תּוך אַ סעקולערע פּאַרטיי, בעת BJP איז בפֿירוש אַ רעליגיעזע.
די ישׂראלדיקע וואַל־רעזולטאַטן אין 1977 האָבן שטאַרק איבערראַשט אַ טייל פֿון די אָבסערוואַטאָרן, אָבער „ליכּוד‟ האָט זינט דעמאָלט געפֿירט די רעגירונג אין ס׳רובֿ פֿון די לעצטע 34 יאָר. די BJP חלומט זיכער פֿון אַזאַ סוקצעס פֿאַר זיך אַליין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.