ריינער העס (REINER HOESS), דאָס אײניקל פֿון רודאָלף העס, דער קאָמענדאַנט פֿון אוישוויץ, וואָרנט, אַז „די רעכטע עקסטרעמיסטן ווערן וואָס אַ מאָל שטאַרקער איבער גאַנץ אייראָפּע. אויב מיר וועלן גאָר נישט טאָן, הייסט עס, אַז מיר האָבן גאָר נישט אָפּגעלערנט‟ — זאָגט העס אויפֿן שער־בלאַט פֿון „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, די חשובֿסטע צײַטונג אין פּוילן. העס אַפּעלירט צו אַלע אייראָפּעער, זיי זאָלן אָנטיילנעמען אין די קומענדיקע וואַלן אין אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט.
דעם יונגן העס קען מען אויך זען אויף „יו-טוב‟. „איך פֿאַרשטיי גאַנץ גוט, אַז סע וויל זיך פֿאַרגעסן וועגן יענע צײַטן‟ — זאָגט ער — „איך אַליין האָב אָפֿט מאָל געוואָלט אָפּלייקענען מײַן פֿאַרגאַנגענהייט. מיר טאָרן עס אָבער נישט פֿאַרגעסן, אַניט וועט זיך עס איבערחזרן.‟
פּאָליטישע אַנאַליטיקער זאָגן נבֿיאות, אַז אין די קומענדיקע וואַלן פֿאַרן אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט וועלן די עקסטרעם-רעכטע האָבן אַרום צוואָנציק פּראָצענט פֿון די שטימען.
ריינער העס איז אפֿשר גערעכט, אַז עטלעכע רעכטע פּאַרטייען האָבן עקסטרעם־נאַציאָנאַליסטישע און אַפֿילו אַנטיסעמיטישע נייגוגנען. צום באַדויערן, אָבער, הערט מען אין אייראָפּע בכלל, און אין פּוילן בפֿרט אַנטיסעמיטישע טעקסטן ניט נאָר פֿון די רעכטע, נאָר פֿון די לינקע אויך. פּוילישע קאָמוניסטן און פּאָסט-קאָמוניסטן האָבן אַ לאַנגע טראַדיציע, נאָך פֿון גאָמולקאַס צײַטן, פֿון אַנטי-ציוניסטישער פּראָפּאַגאַנדע, ווי אַ פֿראָנט פֿאַר אַן אַנטיסעמיטישער העצע.
הייסט עס, אַז נישט אַלע לינקע זענען פֿילאָסעמיטיש, און נישט אַלע רעכטע זענען אַנטיסעמיטיש. דער רעכטער האָלענדישער פּאָליטיקער, כערט ווילדערס, למשל, איז אַ גרויסער פֿרײַנד פֿון ייִדן בכלל און מדינת־ישׂראל בפֿרט, כאָטש ער איז אַ האָלענדישער רעכטער נאַציאָנאַליסט. זײַן טאַטע, אַגבֿ, איז אַנטלאָפֿן קיין האָלאַנד פֿון נאַצי-דײַטשלאַנד.
היוצא מזה איז, אַז אויב די רעכטע אייראָפּעער וועלן אונדז דערגיין די יאָרן, וועלן די לינקע אונדז נישט העלפֿן.
דער זומער שטייט פֿאַר דער טיר און די זומערדיקע ייִדיש־קורסן אויך.
אונדזער נשמה איז נישט פֿון קלאָטשעס, און וואַרשע, פּונקט ווי ניו-יאָרק, פּאַריז און תּל-אָבֿיבֿ פֿאַרבעט אײַך אויך אויף אַ זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור. דער וואַרשעווער זומער־קורס הייבט זיך אָן דעם 30סטן יוני און ענדיקט זיך 18 טעג שפּעטער.
ווער וועט לערנען אין אונדזער פּראָגראַם? צווישן אַנדערע: דער באַקאַנטער לינגוויסט ד״ר הערשל גלעזער פֿון ניו-יאָרק, פּראָפֿעסאָר מאָניקאַ אַדאָמטשיק-גראַבאָווסקאַ פֿון לובלין, און ד״ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק, ווי אויך ד״ר אַגאַטאַ קאָנדראַט פֿון וואַרשע. די אַקטריסע לאה שלאַנגער וועט אָנפֿירן מיט אַ טעאַטראַלן וואַרשטאַט, און דבֿורה שטראַוס אין איינעם מיט דזשעף וואַרשאַווער — מיט אַ כּלי-זמר וואַרשטאַט.
אויב איך האָב נישט קיין טעות, איז די וואַרשעווער פּראָגראַם נישט אַזוי טײַער ווי ענלעכע פּראָגראַמען אין ניו-יאָרק, תּל-אָבֿיבֿ אָדער אַפֿילו ווילנע. פֿאַר דעם גאַנצן קורס וועט איר צאָלן 800 אַמעריקאַנער דאָלאַר. סטודענטן און פּענסיאָנירטע — נאָר 500 דאָלאַר.
מער פּרטים קענט איר באַקומען בײַ דער פֿונדאַציע „שלום‟ אין וואַרשע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.