אױספֿירדיק די װוּנטשן פֿון שלום־עליכמס עטישער צװאה, האָט דעם שרײַבערס משפּחה זינט 1916 דורכגעפֿירט יעדעס יאָר אין ניו־יאָרק אַ פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד זײַן אָנדענק. הײַיאָר איז עס פֿאָרגעקומען דעם 18טן מײַ אינעם בנין פֿון דער „ברודערשאַפֿט־סינאַגאָגע‟ אין מאַנהעטן — דאָס זעלבע אָרט פֿון זײַנע יאָרצײַטן אין משך פֿון אַן ערך צװאַנציק יאָר.
די פֿאַרזאַמלונג האָט זיך אָנגעהױבן מיט דער אַרײַנפֿיר־רעדע פֿונעם שרײַבערס אור־אײניקל, קענעט קאַופֿמאַן. ער האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן עולם די בײַגעװעזענע קרובֿים פֿון שלום־עליכם, זײערע פֿרײַנד און ספּעציעלע געסט, און צװישן זײ, די פּראָמינענטע איבערזעצערין פֿון זײַנע װערק, אַליזאַ שעװרין. ער האָט אױך איבערגעגעבן, אַז עס זײַנען דאָ אין זאַל די פֿאָרשטײער פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, װאָס געפֿינט זיך אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. דערנאָך האָט שײן בײקער, דער באַקאַנטער ניו־יאָרקער שױשפּילער, אין איינעם מיט שלום־עליכמס אײניקל, ד”ר שערװין קאַופֿמאַן (אין זעקס װאָכן אַרום װערן אים 94, ביז 120!), פֿאָרגעלײענט אַ פֿראַגמענט פֿונעם שלום־עליכמס צװאה אױף ייִדיש און ענגליש.
ווען צום מיקראָפֿאָן איז פֿאַרבעטן געװאָרן שלום־עליכמס אײניקל, בעל קאַופֿמאַן, װעלכע האָט דעם 10טן מײַ אָפּגעמערקט איר 103טן געבױרן־טאָג, האָט דער גאַנצער עולם זי באַגריסט מיט דױערנדיקע אָװאַציעס. בעל האָט פֿאָרגעלײענט איר אײגענע איבערזעצונג פֿון דער ייִדישער עפּיטאַפֿיע אױף דער מצבֿה פֿון איר זײדן, צוזאַמענגעשטעלט אַמאָל פֿון אים גופֿא.
אין יענעם אָוונט האָט מען געהערט לייענען אַ פֿראַגמענט פֿון „מאָטל פּײסי דעם חזנס‟ (סוזען טאָרען אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון אַליזאַ שעװרין); „אליהו הנבֿיא‟ (לײב ריקמאַן אױף ייִדיש און אין זײַן אײגענער ענגלישער איבערזעצונג); „בערל אײַזיק‟ (קורט לעװיאַנט, איבערזעצער); די געשיכטע װעגן דעם שרײַבערס רײַזע איבער די דרײַ שטעט: װיטעבסק, מאָלעװ און סמאָלענסק (שײן בײקער).
צום סוף, איז בעל קאַופֿמאַן נאָך אַ מאָל אױפֿגעטראָטן פֿאַרן עולם. דאָס מאָל האָט זי זיך געטײלט מיט אירע פּערזענלעכע דערמאָנונגען װעגן שלום־עליכם; דערצײלט אײניקע געשיכטעס פֿון זײַן לעבן, ציטירט זײַנע װיצן. זי האָט באַטאָנט, אַז איר זײדע האָט אָפּגעלעבט אַ שװער לעבן, אָנגעפֿילט מיט אַ סך יסורים, קרענק און טראַגעדיעס. אָבער מע געדענקט אים, פֿונדעסטװעגן, אַלע מאָל װי אַ גרױסן הומאָריסט. מע פֿלעגט לאַכן, לײענענדיק זײַנע מעשׂיות װעגן דעם ייִדישן לעבן אין די אַמאָליקע שטעטלעך. זײַן געלעכטער, אָבער, האָט תּמיד געטראָגן אין זיך דעם ייִדישן נוסח — לאַכן מיט טרערן…
נעכטן אין אָװנט האָבן די װערק פֿון שלום־עליכמען געקלונגען סײַ אױף ייִדיש, סײַ אין ענגלישע איבערזעצונגען. װי אַלע שרײַבער, האָט ער געטרוימט, אַז מע זאָל לײענען זײַנע ביכער אױף כּלערלײ שפּראַכן איבער דער גאַנצער װעלט. און אַזױ איז טאַקע געשען! אין פֿאַרלױף פֿון העכער הונדערט יאָר זײַנען דעם שרײַבערס שאַפֿונגען איבערגעזעצט און פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אין פֿאַרשײדענע לענדער אױף צענדליקער לשונות.
פֿאַר מיר פּערזענלעך, האָט דער אָװנט זיך פֿאַרענדיקט בעתן פֿאָרן אַהײם מיט דער סאָבװײ, וווּ כ׳האָב געלײענט אַ פּאָר קאַפּיטלעך פֿונעם בוך „מאָטל פּײסי דעם חזנס‟, אַרױסגעגעבן אין מינסק אױף װײַסרוסיש. במשך פֿון עטלעכע הונדערט יאָר איז די דאָזיקע שפּראַך געװען אַ נאָענטע „שכנה‟ פֿון אונדזער „מאַמע־לשון‟ אין די ליטװיש־רײַסישע געגנטן פֿונעם מיזרח־אײראָפּעיִשן „ייִדישלאַנד‟. ווײַסרוסיש איז אױך געװען אײנע פֿון די שפּראַכן פֿון מײַנע אײגענע קינדער־יאָרן, װאָס איך נוץ זײ ביזן הײַנטיקן טאָג, אַרײַנגערעכנט רוסיש, די שפּראַך פֿון אַ היפּש ביסל איבערזעצונגען פֿון שלום־עליכמס ליטעראַרישן עזבֿון.
רוסיש האָט געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אינעם שרײַבערס לעבן גופֿא און איז אױך געװען די עיקר-שפּראַך פֿון די ערשטע דורות פֿון זײַן משפּחה. אױף אָט דער שפּראַך האָב איך אַ סך מאָל אין די לעצטע יאָר געשמועסט מיט די צװײ אײניקלעך זײַנע — בעל קאַופֿמאַן און איר ברודער שערװין קאַופֿמאַן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.