74% פֿראַנצויזישע ייִדן טראַכטן צו עמיגרירן

74% French Jews Consider Emigrating

דער ייִדישער בית־עולם אין סטראַסבורג, פֿראַנקרײַך, וואַנדאַליזירט מיט האַקנקרייצן און אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן אינעם יאָר 2010
JOHANNA LEGUERRE/AFP/Getty Images
דער ייִדישער בית־עולם אין סטראַסבורג, פֿראַנקרײַך, וואַנדאַליזירט מיט האַקנקרייצן און אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן אינעם יאָר 2010

פֿון ייִט״אַ

Published May 21, 2014, issue of June 06, 2014.

לויט אַ נײַעם אויספֿרעג, פֿאַרעפֿנטלעכט מאָנטיק, דעם 19טן מײַ, טראַכטן כּמעט דרײַ פֿערטל פֿון די פֿראַנצויזישע ייִדן זיך צו באַזעצן אין אַן אַנדער לאַנד. דער באַריכט איז דורכגעפֿירט געוואָרן אויף דער אינטערנעץ, פֿונעם 17טן אַפּריל ביזן 16טן מײַ, דורך דער פּאַריזער אָרגאַניזאַציע Siona פֿאַר ספֿרדישע ייִדן, און האָט אַרומגענומען 3,833 מענטשן.

צווישן די 74.2 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע, וואָס זענען נישט צופֿרידן מיט זייער לעבן אין פֿראַנקרײַך, האָבן 29.9 פּראָצענט דערמאָנט אַנטיסעמיטיזם ווי די הויפּט־סיבה; 24.4 פּראָצענט — אַז אין אַן אַנדער לאַנד איז גרינגער „אָפּהיטן ייִדישקייט‟; און 12.4 פּראָצענט — אַז די אַנדערע לענדער געפֿעלן זיי בעסער. 7.5 פּראָצענט האָבן דערמאָנט עקאָנאָמישע סיבות.

95.2 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע האָבן געטענהט, אַז זיי זענען פֿאַרזאָרגט אָדער „שטאַרק פֿאַרזאָרגט‟ וועגן אַנטיסעמיטיזם. מער ווי אַ העלפֿט, 57.5 פּראָצענט, האָבן געמאָלדן, אַז אין פֿראַנקרײַך איז „נישטאָ קיין צוקונפֿט פֿאַר ייִדן‟; בלויז 30.6 פּראָצענט האַלטן פֿאַרקערט.

14.5 פּראָצענט באַטייליקטע אינעם אויספֿרעג האָבן געטענהט, אַז זיי האָבן פּערזענלעך געליטן פֿון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר; בלויז 21.2 פֿון זיי האָבן זיך אָנגעקלאָגט אין דער פּאָליציי; בלויז 27.6 פּראָצענט פֿון די, וואָס האָבן זיך יאָ אָנגעקלאָגט, האָבן באַמערקט אַ קאָנקרעטן רעזולטאַט. אינעם יאָר 2012, האָט Siona דורכגעפֿירט אַן ענלעכן אויספֿרעג, לויט וועלכן בערך אַ פֿערטל פֿון די געליטענע האָבן זיך אָנגעקלאָגן אין דער פּאָליציי וועגן אַנטיסעמיטיזם.

93 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע האַלטן, אַז אין פֿראַנקרײַך איז נישטאָ קיין עפֿעקטיווע מאָסמיטלען קעגן דעם „איסלאַמישן עקסקלוזיוויזם און פּראָ־פּאַלעסטינער פּראָפּאַגאַנגע‟. 93.4 פּראָצענט גלייבן, אַז די פֿראַנצויזישע מאַסן־מעדיאַ טראָגט אַ טייל פֿונעם אַחריות פֿאַר אַנטיסעמיטיזם. בערך דרײַ פֿערטל מיינען, אַז די ייִדישע אינסטיטוציעס אינעם לאַנד זענען נישט מסוגל אָפּצושטעלן די אַנטיסעמיטישע שטימונגען. 76.3 פּראָצענט זענען אויך פֿאַרזאָרגט וועגן דעם „אַטאַק אויף דער כּשרער שחיטה און ברית־מילה‟. להיפּוך, האָבן 16.9 פּראָצענט געזאָגט, אַז זיי זאָרגן זיך נישט וועגן דעם.