ווייניק מענטשן וואָלטן הײַנט, מסתּמא, באַטראַכט אוישוויץ ווי אַ טײַערן נאָמען פֿון אַ היימיש ייִדיש שטעטל. די נאַציס האָבן אויסגעקליבן די פּוילישע שטאָט אָשוויענטשים, וואָס האָט בײַ ייִדן געהייסן אָשפּיצין, ווי דעם צענטער פֿון דער סאַמע טייטלעכער חורבן־פֿאַרטיליקונג, בעת וועלכער עס זענען אומגעבראַכט געוואָרן בערך אַ מיליאָן ייִדן.
דאָס דאָזיקע אָרט האָט אָבער אַ רײַכע ייִדישע געשיכטע. עס קאָן זײַן, אַז דער ייִדישער נאָמען שטאַמט פֿונעם אַראַמישן וואָרט „אושפּיזין‟ — די תּנ״כישע געסט, וואָס מע פֿאַרבעט אַרײַנצוקומען אין דער סוכּה. אינעם ניו־יאָרקער „מוזיי פֿון ייִדישער ירושה‟ האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע אויסשטעלונג פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס דערציילט וועגן דעם ייִדישן לעבן אין אָשפּיצין פֿונעם 16טן יאָרהונדערט ביזן חורבן.
דאָס שטעטל האָט באַזונדערס געבליט פֿונעם יאָר 1867, ווען די ייִדן אין דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע האָבן באַקומען גלײַכע בירגערלעכע רעכט און ווען גאַליציע איז געוואָרן פֿאַקטיש אַן אויטאָנאָמיש לאַנד, ביזן אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אינעם יאָר 1939, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון אָשפּיצין דערגרייכט דעם העכסטן רעקאָרד; דעמאָלט האָבן דאָרטן געוווינט 14,000 תּושבֿים — על־פּי־רובֿ ייִדן.
זינט דעם 13טן יאָרהונדערט, איז אָשוויענטשים, בײַ דער לעפֿצונג פֿונעם טײַך סאָלע, וואָס פֿליסט אַרײַן אין דער וויסלע, געווען באַקאַנט ווי אַ פֿרוכטבאַר מאַרק־שטעטל. דער מיטל־עלטערלעכער שלאָס דינט הײַנט ווי אַ דענקמאָל פֿון יענער תּקופֿה. צווישן די פֿריִיִקע תּושבֿים זענען געווען די דײַטשן, וועלכע האָבן געגעבן דעם אָרט אַ נאָמען אוישוויץ. מע איז זיך משער, אַז אַזוי האָט געהייסן איינער פֿון די ערשטע אײַנוווינער.
אין מיט־16סטן יאָרהונדערט, האָבן זיך אינעם שטעטל באַזעצט די ערשטע אַשכּנזישע ייִדן פֿון צענטראַל־אייראָפּע. אויף דער איצטיקער ניו־יאָרקער אויסשטעלונג ווערט געוויזן אַ רעפּראָדוקציע פֿונעם דאָקומענט, לויט וועלכן דער פּוילישער פּריץ יאַן פּיאָטראַשעווסקי מנדבֿ געווען אַ שטח ערד פֿאַר די ייִדן, כּדי זיי זאָלן אויפֿשטעלן אַ שיל און עפֿענען אַ בית־עולם.
אינמיטן דעם 19טן יאָרהונדערט, איז אָשוויענטשים געווען פֿאַרבונדן מיט די אַנדערע שטעט מיט אַ גאַנצער ריי אײַזנבאַן־ליניעס. דעמאָלט זענען אין דער שטאָט געווען 20—30 שילן, ווי אויך אַ גאַנצע ריי פֿאַרשיידנאַרטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. אויף איינער פֿון די אויסגעשטעלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס ווערט געוויזן, ווי דער אָרטיקער צווײַג פֿון דער ציוניסטיש־סאָציאַליסטישער באַוועגונג „השומר הצעיר‟, מער ווי 100 מענטשן, פּראַוועט פּורים. אָשפּיצין איז אויך באַקאַנט ווי אַ צענטער פֿונעם חסידישן לעבן; דרײַ פֿון די אָרטיקע שילן האָבן געהערט צו די באָבאָווער חסידים.
שירי סאַנדלער, די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג, די אַמעריקאַנער דירעקטאָרין פֿונעם ייִדישן צענטער אין אוישוויץ און אַ מיטאַרבעטאָרין פֿונעם ניו־יאָרקער „מוזיי פֿון ייִדישער ירושה‟, האָט דערקלערט, אַז „ס׳איז גרינג זיך פֿאָרצושטעלן דאָס ייִדישע לעבן, ווינסדיק וועגן זײַן סוף‟. די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿאָקוסירן זיך אויף דער בליִענדיקער ייִדישער קהילה, וואָס איז אינגאַנצן פֿאַרניכטעט געוואָרן נאָך דעם, ווי די דײַטשן האָבן אָקופּירט די שטאָט דעם 3טן סעפּטעמבער, 1939.
צום יאָר 1941, איז די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין דרײַ געטאָס; 90 פּראָצענט פֿון די אוישוויצער ייִדן זענען אומגעבראַכט געוואָרן. ס׳רובֿ אָרטיקע פּאָליאַקן האָט מען בגוואַלד פֿאַרשיקט אין די לאַגערן פֿאַר פֿאַרשיקטע מענטשן און אין די געגנטן, באַוווינט מיט עטנישע דײַטשן; אַ סך פֿון זיי האָבן געאַרבעט אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער.
ווי ווײַט מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, קוקנדיק אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס, האָבן די ייִדן און פּאָליאַקן, געוויינטלעך, פֿרידלעך מיטעקזיסטירט אין דער שטאָט. אויף איין בילד, למשל, זעט מען, ווי פֿרומע און וועלטלעכע ייִדן גראָבן די טראַנשייען צוזאַמען מיט די קריסטן, האָפֿנדיק אָפּצושטעלן די דײַטשישע זעלנער, זומער 1939. אויף אַן אַנדער פֿאָטאָגראַפֿיע זעט מען אַ שול־קלאַס בעת אַן אַרויספֿאָר אינעם דאָרף בזשעזינקע — הײַנט טרויעריק באַקאַנט ווי בירקענאַו. די פּוילישע תּלמידים שפּאַצירן מיט אָפֿענע קעפּ צוזאַמען מיט די ייִדישע קינדער אין יאַרמלקעס.
סאַנדלער האָט מיר דערקלערט, ווײַזנדיק די פֿאָטאָגראַפֿיעס, אַז אין אָשוויענטשים זענען געווען צוויי כוואַליעס פֿון אַנטיסעמיטיזם — בײַם סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, און בעת דער עקאָנאָמישער מפּלה אין די 1930ער יאָרן. די אויסשטעלונג דערציילט אָבער ווייניק וועגן די דאָזיקע פּעריאָדן.
77 ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה האָבן זיך אומגעקערט אינעם שטעטל נאָך דער מלחמה. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד ביז די 1960ער יאָרן, ווײַל דאָס לעבן איז געוואָרן שווער אין דער סאָוועטישער תּקופֿה. דער לעצטער אָרטיקער ייִד, שמעון קלוגער, וועלכער האָט געאַרבעט אין אָשוויענטשים ווי אַ מעכאַניקער און עלעקטריקער, איז ניפֿטר געוואָרן אין 2000.
די באַזוכער פֿונעם מוזיי, וואָס זענען באַקאַנט מיט דער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, קאָנען באַמערקן, אַז דאָס ייִדישע לעבן אין אָשפּיצין האָט זיך בעצם נישט אונטערגעשיידט פֿון די אַנדערע פּוילישע שטעטלעך. סאַנדלער האָט באַטאָנט, אַז דער חידוש פֿון דער נײַער אויסשטעלונג שטעקט אינעם נאָמען. ס׳רובֿ אַמעריקאַנער אַסאָציִיִרט אוישוויץ בלויז מיטן חורבן און ווייסן נישט, אַז ס׳איז אַמאָל געווען אַ שיינער צענטער פֿון ייִדישקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.